144

ניט בדומה צו דעם מאמר ההפסק וואָס איז צווישען עשי' און יצירה און דעם הפסק פון יצירה צו בריאה, אָבער דאָך איז דאָס אַ מאמר וואָס באַווייזט אויף דעם הפסק המדריגות.

ווי עס איז מבואר אין חסידות38, איז יעדער מאמר און מדריגה וואָס איז מפסיק צווישען צוויי בחינות און מדריגות, אַליין כלול פון צוויי מדריגות: איין מדריגה פון מפסיק איז שייך צו דער מדריגה התחתונה און די צווייטע מדריגה פון מפסיק איז שייך צו די מדריגה העליונה.

אין דעם הפסק צווישען עולם הבריאה און עולם האצילות וואָס איז כלול פון צוויי מדריגות, זיינען די ווערטער, אדני שפתי תפתח, דער טייל וואָס איז מורה אויף עולם הבריאה. און די ווערטער ופי יגיד תהלתך איז דער טייל וואָס איז מורה אויף עולם האצילות.

שמונה עשרה איז דער עולם האצילות.

נאָך תפלת שמונה עשרה איז מרומז און מבואר דער אור הנמשך אין עולם בעבודת היום כל אחד לפי מהות עבודתו.

פון מודה אני ביז ויכריע ביניהם איז דאָס דער שטח הארץ וואָס אויף איהם שטעהט דער סולם פון תפלה, כמאמר הכתוב והנה סולם מוצב ארצה וראשו מגיע השמימה.

יח. בקצרה, דער ענין ווי תפלה איז איינגעטיילט אין מדריגות פון סולם:

די ערשטע טרעפּ פון דעם סולם התפלה איז פון הודו ביז אפסי ארץ. די מדריגה המפסקת, די עובי פון דער שליבה, איז דער מאמר לשם יחוד. די צווייטע טרעפּ איז ברוך שאמר ביז חי העולמים. יתגדל און ברכו זיינען די צוויי זייטען פון דער צווייטער שליבה. פון ברוך כו' ובורא חשך ביז גאל ישראל איז די דריטע טרעפּ. אדני שפתי תפתח ופי יגיד תהלתך איז דער מעלה ומטה פון די דריטער שליבה. שמו"ע איז די פערטע טרעפּ.

די פיר טרעפּ פון דעם סולם דיעקב אין עבודת התפלה איז די ערשטע טרעפּ פון הודו ביז כל אפסי ארץ מכוון נגד עולם עשי'. ברוך שאמר ביז חי העולמים איז די שליבה שני', וואָס איז מכוון נגד עולם היצירה. די התחלה איז ווי דער עולם היצירה, וואָס ער איז שוין אַ עולם הנראה למציאות דבר לעצמו, וואָס דער כח היוצר איז נעלם ונסתר, אָבער דאָך איז דער אור אלקי מאיר בגילוי. דאָס מיינט, אַז די בריאה, דער יש ממש איז מורה אויף דעם חיות, ניט ווי עשי', וואָס איז מעלים ומסתיר לגמרי אויף דעם חיות.

דער סוף פון עולם היצירה איז ברכת ישתבח, וואָס דער סיום פון ברכת ישתבח איז חי העולמים, דער חיות פון עולמות, עס איז טאַקע עולמות במציאות, אָבער די מציאות פון עולם היצירה איז ניט מעלים אויף דעם אור וחיות אלקי המהווה, און בכל אופן ניט אַזאַ הסתר ווי דער יש פון עולם עשי'.

יט. אין אדם איז דער כח המעשה אַ כח נבדל, וואָס איז מכוון נגד עולם העשי'39. דער עולם היצירה, וואָס איז מכוון נגד כח הדיבור, איז הגם דיבור איז מיוחד מיט דעם מדבר, אָבער עם זה

הערות

  1. 38. אין חסידות: לדוגמא: זע מאמר עוטה אור ה'ש"ת.
  2. 39. [ראה לקו"ת ר"פ בלק.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.