143
פון סולם דתפלה, זאָגענדיג אַז דאָס איז דער סולם המחבר מעלה און מטה. דער סולם איז דער עמוד המחבר שמים וארץ.
ארץ איז גשמיות, ניט חומריות, חומריות איז די גראָבע גשמיות פון עולם העשי', וואָס שבירתו און זריקתו לחוץ דאָס איז תקנתו. שמים איז עולם האצילות. דער וואָרט שמים איז אַ צוזאַמענשטעל פון צוויי ווערטער שא מים32, טעון מים, דאָס מיינט אַז מים איז אַ תוארנאָמען אויף טוהר עצמי, קלאָר ריין, אַ העכסט קלאָרע ריינקייט.
אין גשמיות זעהען מיר, אַז אַ סולם פאַראייניגט דעם תחתון מיט דעם עליון, און ווי עס שטעהט סולם מוצב ארצה וראשו מגיע השמימה.
דער סולם פון תפלה, וואָס איז עומד בארץ און ראשו מגיע אין שמים, איז די כוונה אין דעם ענין החיבור אויף צו מעלה זיין די ארציים זאַכען אין שמים און אויף מוריד זיין די שמים זאַכען אין ארץ.
דער סולם פון תפלה וואָס ער איז עומד ארצה און ראשו מגיע השמימה האָט ארבע שליבות33 און איז מכוון נגד די ד' עולמות אצילות, בריאה, יצירה און עשי'34 וואָס זיינען מחבר דעם עולם הגשמי מיט עצמות אין סוף ב"ה, און דורך די שליבות ווערט נמשך אור ושפע פון עצמות א"ס ב"ה אין אַלע עולמות.
יז. די ד' שליבות פון תפלה איז דער אָנהויב פון דער ערשטער טרעפּ איז הודו לה' קראו בשמו35 און דער סיום איז דער מזמור36 למנצח בנגינות, און זי איז מכוון נגד עולם עשי'.
דער הפסק צווישען עולם העשי' און עולם היצירה איז דער מאמר לשם יחוד.
די צווייטע טרעפּ, וואָס איז מכוון נגד עולם היצירה, איז די התחלה ברוך שאמר והי' העולם און דער סיום איז ברכת ישתבח כו' חי העולמים. אין עולם היצירה ווערט דערהערט דער אור אלקי וואָס איז מחי' עולמות און נבראים, און ווי אַלע נבראים זיינען, יעדער לפי מהותו, מכיר דעם חיות אלקי וואָס איז זיי מחי'.
דער הפסק וואָס איז פון עולם היצירה צו עולם הבריאה, דער אָנהויב הפסק איז יתגדל ויתקדש שמי' רבא און דער סוף פון דעם הפסק איז ברכו און ברוך כו' ועד.
די התחלה פון עולם הבריאה איז ברוך כו' יוצר אור כו' את הכל און דער סיום איז ברכת גאל ישראל.
דער הפסק צווישען עולם הבריאה און עולם אצילות איז דער פסוק37 אדני שפתי תפתח ופי יגיד תהלתך, הגם דאָס איז אַ פסוק וואָס איז מגביל און מגדיר די גדלות פון עולם הבריאה און עולם האצי'. דער הפסק וואָס איז צווישען עולם הבריאה און עולם האצילות איז
הערות
- 32. שא מים: בראשית רבה פ"ד, ז.
- 33. האָט ארבע שליבות: זע אויך קונטרס העבודה, תורת שלום ספר השיחות ע' 66 [בהוצאת תשי"ז ואילך: ע' 61] א. א.
- 34. [ראה גם לקו"ת בשלח ב, ב ואילך. ובכ"מ.
- 35. דברי הימיםא טז, ח.
- 36. תהלים סז.
- 37. תהלים נא, יז].
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.