ספרי כ"ק אדמו"ר מוהריי"צ נ"עספר השיחותתש"ו-ה'שי"תספר השיחות — תש"זי"ב תמוז תש"ז142

142

מענדל דער משרת27 איז געווען אַ פשוט'ער אַמאָליגער "עמך" איד, וואָס האָט גאָר ווייניק פאַרשטאַנען אין די שוואַרצע פּינטעלעך. ער איז געווען אַ תיקון חצות — תהלים איד. אַלע נאַכט פלעגט ער אָפּריכטען חצות און אָפּזאָגען דעם גאַנצען תהלים און במשך היום פון דער אַרבעט, פיהרענדיג זיינע מילכיגס אין שטעטעל חאלאפעניץ צו פאַרקויפען צו די בעלי בתים און אויפקויפען פאַרשידענע זאַכען אין שטאָט פאַר זיין קרעטשים קרעמעל, פלעגט ער זאָגען תהלים.

ר' דובער איז געווען אַ חב"ד חסידישער מחונך. זיין פאָטער איז געווען אַ חסיד, וועלכער איז געגאַנגען צו הוד כ"ק אדמו"ר האמצעי, און צו זיין בר מצוה האָט איהם זיין פאָטער געפיהרט צו הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק צמח צדק ער זאָל איהם בענטשען.

ר' דובער פלעגט אָפט איבער דערציילען דעם סדר ווי זיין פאָטער איז געגאַנגען מיט אַ חבריא חסידים צו הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק צמח צדק, און פלעגט באריכות דערצעהלען ווי עס איז געווען דער סדר ההילוך ווען דער פאָטער האָט איהם דעם ערשטען מאָל גענומען אויף מיטצוגעהן אין ליובאוויטש.

ר' דובער האָט דערציילט די עטליכע ווערטער וואָס הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק צמח צדק האָט איהם געזאָגט, ווען זיין פאָטער האָט איהם געבראַכט: אַ איד דאַרף זיין אַ בעל קבלת עול'ניק. זאָלסט אַלע טאָג זאָגען דעם גאַנצען תהלים, אויך געהענדיג אין שטאָט און פון שטאָט זאָגען תהלים.

פאַר מיין חתונה — דערציילט ר' דובער — אַז איך בין געווען אין ליובאַוויטש, איז הוד כ"ק אדמו"ר הרה"ק צמח צדק געווען שוואַך אין געזונד. מיר האָט מען אַריינגעלאָזען נאָר צוליב זכות אבות, און הוד כ"ק אדמו"ר הרה"ק האָט מיר געזאָגט "געדענק זאָגען תהלים בכל עת".

ווען איך האָב דערציילט להוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק דעם סיפור, וואָס איך האָב געהערט פון ר' דובער, האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געזאָגט, אַז אויף אַזעלכע פשוט'ע אידען תהלים זאָגער און לא ידעי מה קאמרי'ניקעס איז באמת קאים עלמא, און זייער תהלים זאָגען איז גורם דעם גרעסטען עונג אין עצמות א"ס, אַז שבת צו מנחה, וואָס איז דער זמן פון רעוא דכל רעוין28 זאָגט מען, ומי כעמך כישראל גוי אחד בארץ29, אַז עמך ישראל זיינען ממשיך אחד האמיתי אין ארץ30.

טז. אין אייניגע שפּאַצירגאַנגען האָט דעמאָלט — זומער תרנ"ה — הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק גערעדט31 בארוכה דעם ענין

הערות

  1. 27. ר' מנחם מענדל קאנטאר. — נזכר ברשימת היומן של רבינו — לקמן ע' 424. יום א', י"ט מ"ח תרנ"ד ("התמים" חוברת ג ע' כז [קל, א]). יום ה', כ"ה תשרי תרנ"ח (שם חוברת ה ע' לז [רלא, א]). יום ג', כח סיון תרס"ג ("מבוא" לקונטרס ומעין ע' 54). קונטרס בר מצוה תרנ"ג ע' יח. אגרות-קודש ח"ג ע' צט. ספר השיחות תש"ב ע' 91. תש"ד ע' 142. לקמן ע' 235. ע' 398. ועוד.
  2. 28. זוהר ח"ב פח, סע"ב. ח"ג קכט, א.
  3. 29. שמואלב ז, כג.
  4. 30. ראה תו"א וישב כז, סע"ד. וראה אגה"ק ס"ט (קיד, א).
  5. 31. ראה ד"ה ויחלום תש"ח (סה"מ תש"ח ע' 80) שהוא ד"ה להבין ההפרש בין ברכות ק"ש לק"ש מקיץ תרנ"ה (סה"מ תרנ"ה ע' רכב) — "אשר זכיתי לשמוע ביחידות מאת כ"ק אאמו"ר הרה"ק זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע בקיץ תרנ"ה, בנאותדשא באליווקא הסמוכה לתחנת מסה"ב קראסנאיע, המבאר ענין ארבע שליבות דסולם התפלה, והמעלה ומטה דסולם שראשו בשמים ועמידתו בארץ, להעלות את הדברים התחתונים ולעשותם כלים לאלקות כו'" — אגרות-קודש ח"ט ע' של].

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.