139
פלעגט זאָגען "לחיים" דאָס איז חיים עצמיים, וואָס איז העכער פון כל הפירושים. דער חילוק אין די צוויי נוסחאות — איז מובן צו די וואָס זיינען בעלי עבודה אין תפלה מיט אַ הכנה טובה אין דעם קודם התפלה.
אַלע אידען זאַלען זיין געזונד מיט זייערע בני בית און עס זאָל זיי זיין פרעהליך אויפ'ן האַרצען.
אָבער וואָס עס מיינט אמת'ע שמחה — ווייסען חסידים, און זיי האָבען דעם אמת'ן עבודה שכל אויסנוצען די שמחה אויף ממשיך זיין דעם חיות פנימי פון שכל אויך אין תהלים זאגער און מאַרק און דאָרפ'סהענדלער.
יוד. מיר איז זעהר טייער יעדער וואָרט וואָס איך האָב זוכה געווען צו הערען מהוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק. עס זיינען פאַראַן פערשידענע ענינים וואָס ער האָט מיר מיט זיי מזכה געווען, אַז איך זאָל דאָס איבערגעבען צו אנ"ש און תלמידי תומכי תמימים, אַז די ענינים זאָלען פאַר זיי זיין אַ וועג ווייזער אין דרכי עבודה און דרכי הנהגה אין דרכי החסידות.
די זכרונות באַ אַ חסידישען מחונך, איז לבד זאת וואָס זיי זיינען איבערפילט מיט דעם פנימיות'דיגען חסידות רייכטום, בריינגען זיי אויך דעם רייכען עבר אין אַ ליכטיגען געשמאַקען הווה.
אַמאָל ווען איך האָב נאָך געלערענט באַ מורי החסיד ר' ניסן17, האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק, בעת אַ דאָנערשטאָג באַ דער נאַכט'יקען חסידות לערנען אין קליינעם מניןזאַל, אַ פולע גערעדט און שטאַרק געוויינט.
וואָס הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט גערעדט האָב איך ניט פאַרשטאַנען, נאָר די עטלעכע ווערטער "דער גרויסער רחמנות וואָס איז אויף דער נשמה", וואָס איך האָב געהערט פון איהם און זיין אינערליכער געוויין האָבען מיר אַזוי דורכגענומען, אַז זיצענדיג אויף אַ באַנק נעבען טיר פון חדר שני, האָב איך זיך פאַנאַנדערגעוויינט.
אויף צומאָרגענס, פרייטאָג, האָב איך געדאַווענט, — לויט מיין דאַמאָלסדיגען מצב — מיט גרויס התעוררות און געזאָגט תהלים. דער שפּילען זיך יענעם פרייטאָג איז באַ מיר געווען אהן דעם געוויינליכען געשמאַק און קאָך.
בעת סעודת שבת נאַכט האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק ווידער גערעדט מיט די מסובים החסידים ר' הענדיל און ר' אבא צאשניקער, אָבער איך האָב גאָרניט פאַרשטאַנען. החסיד רח"ה זאָגט מיר: דו הערסט וואָס דער טאַטע זאָגט? אַז איך האָב געזאָגט, אַז איך הער, אָבער איך פאַרשטעה ניט, ענטפערט מיר הרח"ה: מען בעדאַרף הערען און געדענקען וואָס מען האָט געהערט און אַז דו וועסט עלטער ווערען, וועסטו יעמאָלט פאַרשטעהן וואָס דו הערסט איצטער.
הרח"ה דערצעהלט פון אַלטע חסידים, וועלכע האָבען געזאָגט, אַז אין די עלטערע יאָהרען האָבען זיי ערשט דאַמאָלסט געפיהלט דעם הבנה און העמקה פאַרשטאַנד פון דעם וואָס זיי האָבן געהערט אין זייערע קינדער יאָהרען.
יא. איך בין — דערציילט הרח"ה — אַ ישוב'ניק, אויפגעוואָקסען און געלעבט אַ פולע יאָהרען צווישען דאָרפס און קרעטשמעאידען. זעהר ווייניג פון זיי
הערות
- 17. ר' ניסן: זע ס' השיחות קיץ ה'ש"ת ע' 29 [וראה גם לעיל ע' 41. וש"נ].
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.