138

זיי — די יונגע לייט — אָנרופען, נאָר איהר ווילט ניט זאָגען. איך וועל יע זאָגען. איך מיין זיך אויך, נאָר מעהר מיין איך זיי, זיי זיינען פוליאַקעס און ווילען גרינג געבאַקענע ברויט. זיי — די יונגע לייט — ווייסען גאָר ניט, וואָס עס מיינט יגיעת המוח.

ז. רשב"ץ פלעגט זאָגען: ביי אשמנו דאַרף מען קלאַפּען אויף דער לינקער זייט ניט מיט דער האַנד, נאָר מיט אַ דאָרניצע — עץ יבש. אַז מען קלאַפּט מיט דער האַנט, מיינט ער — היצה"ר — אַז מען גיט איהם אַ גלעט.

ח. (אחד מהמסובים האָט אָנגעוויזען אויף אַ יונגענמאַן און געזאָגט, אַז ער פאָרט אַוועק. ואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א):

מורנו הבעש"ט האָט אַליין, און אויך דורך זיינע תלמידים און תלמידי תלמידים רבותינו הקדושים איינגעקריצט אין בני ובנות ישראל, אַז אַ איד פאָרט ניט אַוועק. אַ איד פאָרט, און יעדער איד איז אַ שליח פון עצמות, פון פשיטות עצמות א"ס ב"ה.

די וואָס לערנען חסידות מיט אַ רגש פנימי האָבען אַ געפיהל אין דעם.

רגש פנימי, האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק מבאר געווען — בעת איינער פון די שפּאַצירגענג מיט מיר — אין צוויי ענינים: א) דער חסידות פאַרשטאַנד אין עצמות, אַז עס איז אַ אור עצמי וואָס לאָזט זיך מלביש זיין אין השגה. ב) פשיטות העצמות דא"ס ב"ה, וואָס עס איז העכער פון תפיסא און השגה, וואָס אויף דעם זאָגט אליהו14, לית מחשבה תפיסא בך כלל.

בעת איינעם פון די טיולים האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק מבאר געווען מיט געוויסע הסברים, אַז יעדער איד, וואו ער געפינט זיך דאַרף ער וויסען די כוונה העליונה פון זיין קומען אין יענעם אָרט, אויף אַ קורצער אָדער אַ ליינגערער צייט, אָדער אַמאָל מער ניט ווי אַלס דורכגעהער, ווייל אין יענעם אָרט האָט ער געדאַרפט מאַכען אַ ברכה אָדער דאַוונען15. און מששת ימי בראשית וואַרט דער אָרט אויף זיין דאַוונען אָדער ברכה16. און ער דאַרף דורכפיהרען די שליחות, ווייל ער איז אַ שליח פון פשיטות העצמות. ער דאַרף עס ניט פאַרשלאָפען און ניט פאַרשפּילען זיך אין איינעם פון די שפּיצלעך פון יצר הרע.

מען דאַרף אַלעמאָל געדיינקען, די ווילדע פאַרעטערישע התחכמות שטיקלעך פון דעם יצר הרע, אַז ער פאַרמעסט זיך אַלעמאָל און ביי יעדע געלעגענהייט דורכצופיהרען זיינע שקר'דיגע שטיק, ביז ער האָט געהאַט די חוצפא וועלען פאַרפיהרען אברהם'ן און יצחק'ן מיט זיינע שפּיצלעך.

ט. (אחד מהמסובים אמר לחיים, ואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א):

אין מיינע קינדער יאָהרען האָב איך געהערט ווי זקני החסידים ר' אבא און ר' חנוך הענדעל פלעגען זאָגען "לחיים עם כל הפירושים".

הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט דאַן געזאָגט: אַזוי איז דער נוסח ברכת לחיים וואָס חסידים זאָגען, אָבער הוד כ"ק אאמו"ר — אאזמו"ר מהר"ש —

הערות

  1. 14. [תקו"ז בהקדמה (יז, א).
  2. 15. ראה גם רשימה ש"פ נצבים שנה זו (לקמן ע' 151 ואילך).
  3. 16. ראה רשימת היומן של רבינו מיום ה' כז מנ"א תרנ"ו (לקו"ד ח"ד תקצו, ב)].

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.