ספרי כ"ק אדמו"ר מוהריי"צ נ"עספר השיחותתש"ו-ה'שי"תספר השיחות — תש"זי"ב תמוז תש"ז135

135

ית' צו בריינגען די גאולה. מיר ווילען אַז ס'זאל זיין בפועל ממש. ניט נאָר בכח, נאָר בפועל.

חסידישע מחונכים ווייסען, וואָס עס איז דער תוכן ענין פון דער ברכה פנימית, אַז דער בפועל זאָל זיין ווי דער בכח איז און דער בכח זאָל באַלעבען דעם בפועל, וואָס דאַן וועט דער בפועל זיין די כלי טהור, וואָס עס וועט מגלה זיין עצמות אין סוף ב"ה און וועט גורם זיין דעם אמת'ן נחת רוח אין בריאת העוה"ז און ירידת הנשמה בגוף.

ב. מען האָט מעהרערע מאָל אין דעם גערעדט און אָפטער איבערגעזאָגט, אַז חסידים לדורותיהם, פון חניכי ותלמידי הוד כ"ק מורנו הבעש"ט, דעם מעזריטשער מגיד און רבינו הזקן, האָבען איבערגעזאָגט עניני עבודה אין קורצען, וואָס יעדער וואָרט איז געווען אַ הוראה אין דרכי עבודה.

צווישען די אַלטע חסידישע ווערטער איז געווען אַ וואָרט:

אַ איד איז ניט קיין עלענדער, וואו ער געהט און וואו ער שטעהט איז ה' עמו.

דער וואָרט איז רבי מפי רבי ביז דעם בעש"ט נ"ע. דער אַלטער רבי האָט דעם וואָרט געמאַכט אַ יסוד פאַר אַ ביאור, אויף דעם וואָס אין די זמנים5 פון בעש"ט און מעזריטשער מגיד איז געווען די אידישע הויפּטפרנסה דאָרפסגעהעריי, און אויף דעם האָט מען געזאָגט, אַז יעדער איד איז ניט עלענד, וואו ער געהט און וואו ער שטעהט איז ה' עמו, דאָס הייסט די התגלות פון שם הוי'.

דער וואָרט איז איינער פון די ווערטער וואָס הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק צ"צ האָט מקבל געווען פון די זקני חסידי הוד כ"ק רבינו הזקן, וועלכע האָבען דאָס געהערט פון הוד כ"ק רבינו הזקן קומענדיג פון מורו הוד כ"ק הרב המגיד ממעזריטש.

ווען הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט מיר איבערגעגעבען דעם יסוד וואָרט האָט ער באריכות גדולה מבאר געווען, אַז דער עיקר איז די התגלות שם הוי' דורך דעם שם אלקים.

אַ אַנדער מאָל, ווען הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק רעדט און איז מבאר דעם ענין פון דער כוונה פנימית אין מעלת השיתוף דהוי' ואלקים האָט מען מדגיש געווען, אַז כלי מאַכט אור6 פאַר אַ פועל טוב. ד.ה. אַז כלי טראָגט אַרויס די פנימיות הפנימי, אַז ער זאָל לייכטען אין אַ אור מסודר, וואָס דאַן איז דער פנימיות המאור מאיר אין אור.

אין איינע פון מיינע רשימות איז פאַרצייכענט, וואָס הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט מבאר געווען, אַז ירידת הנשמה בגוף איז צוליב געבען אַ ריכטיגען ביאור אויף דער כוונה פנימית פון מתן תורה למטה און קיום המצות מעשיות, און האָט מסביר געווען מיט אַ טיפען עבודההשכלה ביאור דעם ענין ווי יש הנברא גיט דעם העכסטען הבנה ביאור אין יש האמיתי.

ג. עס איז אַ מצוה לפרסם, אַז אַלע

הערות

  1. 5. אין די זמנים: זע וועגען דעם: ספר הזכרונות קאַפּיטל ט, קונטרס ח"י אלול ה'תש"ג פון ע' 19 [ספר השיחות תש"ג ע' 152] אן און נאך.
  2. 6. אַז כלי מאַכט אור: הוי' און אלקים זיינען אור און כלי, ווי עס ווערט ערקלערט אין חסידות[ednref_23_*]. [edn_23_*] [ראה תו"א יתרו סט, ד. לקו"ת בלק עג, ב. המשך תרס"ו ע' תעו ואילך. ועוד].

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.