133

אַ גלייכווערטל אַהין, און דערמיט איז מען יוצא.

עס איז אַ גרויסע רחמנות אויף אונז, עס איז אַ רחמנות אויפן נאָמען חסיד. מען האָט שוין אַמאָל געזאָגט אַז מען האָט אַראָפּגעפירט דעם חסידישען וואָגן אין אַ זייטיגן פעראולאק.

אין די אַלטע מחזורים ביי "על חטא" אָדער "סלח לנו"19 פלעגט שטיין: "כאן בוכין".

ו. איך האָב געהערט פון טאַטען בשם אדמו"ר הזקן:

מען קען זיך גאָרניט משער זיין דעם עונג למעלה פון די שמחה וואָס אידען זיינען זיך משמח בקבלת התורה; דער אויבערשטער זאָגט צו די מלאכים: איר קענט דאָס? איר זייט דאָך בבחי' מדות, איר זייט ניט שייך צו הבנה והשגה צו האָבן אַ חוש אין אַזאַ שמחה פון קבלת התורה.

ז. דער אַלטער רבי האָט געזאָגט, אַז חסידות האָט אויפגעטאָן האָבן אַ חוש אין אַ ענין. דאָס איז בכללות; בפרטיות מיינט דאָס, האָבן אַ חוש אין אלקות, אַז וויפיל מען פאַרשטייט ווייס מען נאָך גאָרניט, און האָבן אַ חוש אין אהבת ישראל.

מען דאַרף דערהערן דעם פחיתות עצמו און דעם מעלת הזולת. הגם די וועלט זאָגט, מען ווייסט ניט יענעמס ווייטאָגן, אָבער עס דאַרף זיין אוקי על חזקתו, אַז יענער איז גוט; אָבער וועגען זיך אַליין ווייס מען דאָך דעם אמת.

ח. מען קען יעצט אין דעם ניט רעדן בארוכה, נאָר איך וויל זאָגן אַ וואָרט ווי דער טאַטע האָט מיר אַמאָל געזאָגט גייענדיק שפּאַצירן20:

די גאַנצע השכלה פון חסידות איז אַז דער וואָרט זאָל זיך דערהערן אין עבודה. האָט ער געזאָגט: עד"מ, אַז מען לערנט דעם רמב"ם, דעם יד החזקה, מיט אַלע סברות און מפרשים, וואָס דאָס אַלץ איז בכדי עס זאָל שפּעטער אַראָפּקומען אין אַ הלכה, אין אַ סעיף אין קיצור שו"ע, למען ידעו את המעשה אשר יעשון.

אַמאָל אַז מען האָט געהערט אַ וואָרט האָט דאָס חוקק געווען אין אַ פנימיות, אַז מען האָט געלעבט מיט דעם.

ט. צוה לנגן את הניגון של ד' בבות של אדמו"ר הזקן ואמר: מען וועט זינגען דעם אַלטן רבין'ס ניגון, און יעדער זאָל זיך מכין זיין לפי כחותיו.

י. אין די צייטן פון אַלטן רבי'ן איז אַמאָל געווען אַ שווערער זמן — אַ עת צרה ל"ע — האָט דער אַלטער רבי געזאָגט:

דער אויבערשטער איז דאָך געוויס צופרידן פון עם ישראל, יתן השי"ת אַז די אידן זאָלן זיין צופרידן פון אויבערשטן. דער אויבערשטער זאָל געבן די אידן געשמאַקע גשמיות, לעבעדיגע גשמיות; אַז די אידען זאַלען מאַכען פון די גשמיות רוחניות21.

איי! ווי מען דאַרף דאָס יעצט האָבן, דברי הרב חיים וקיימים לנצח.

הערות

  1. 19. בהנחה אחרת: אדער אַ "סליחה".
  2. 20. ראה גם שיחת אחש"פ שנה זו. ליל ב' דחה"פ תש"ח (לעיל ע' 121. לקמן ע' 204).
  3. 21. ראה סה"מ ה'ש"ת ע' עח. סה"מ אידיש ס"ע 52. אגרות-קודש ח"ב ע' רסה (הועתק ב"היום יום" כז טבת). חי"א ע' לד. חי"ד ע' כד. ע' עט.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.