132
החסיד ר' אייזיל11 איז געווען זייער אַ שאַרפער12, ער איז געווען אַ מחמיר. ר' הלל13 איז געווען אַ גרויסער מחמיר בהתגלות. ר' אייזיל איז ניט געווען אַזוי פיל מחמיר בגילוי, אָבער געווען אַ מחמיר. ופעם כשהי' איזה חשש ספק על איזה דבר אמר ר' אייזיל: מען וועט דאָך אַמאָל דאַרפן אָפּגעבן אויף אַלץ אַ דין וחשבון, איז פשוט דאַמאָלסט אַ שאָד די צייט צו פאַרבריינגען אויף פאַרענטפערן זיך אַז מען האָט דאָס געמעגט, יענע צייט קאָן מען אויסניצען אויף בעסערע זאַכן — צו הערען ענינים נעלים.
ד. איינע פון די ערשטע ווערטערתורה פון אַלטן רבי'ן: "ועשית חג שבועות"14 — "שבועות" איז וואָכן; "חג שבועות" — מאַכען די וואָכן פאַר אַ חג, אַז די וואָכעדיגקייט זאָל ווערן יו"ט. דורך וואָס איז דאָס? דורך דעם "היום יום"15; אַז דער יום איז אַ יום שלם, דאַן איז "ועשית חג שבועות" — אַז די וואָכעדיגקייט ווערט חג.
ה. קומענדיק פון מעזריטש, האָט מען דעם אַלטען רבי'ן געפרעגט: וואָס האָסטו דאָרט געהערט. האָט ער געזאָגט1, אין מעזריטש האָט ער מקבל געווען, אַז אין מתן תורה איז געווען צוויי זאַכן: נעמען און געבען; מתן תורה און קבלת התורה. מתן תורה מיינט אַוועקגעבען "זיך" פאַר תורה, דעמאָלט ווערט מען אַ כלי צו קענען זיין אַ מקבל התורה אין אַ פנימיות; דורך וואָס קען מען זיך אַוועקגעבן צו תורה, דאָס איז דורך די דרכי התורה.
דער שווער16 האָט אַמאָל געזאָגט וועגן טאַטן17: איך האָב געזען גרויסע מענטשן, דעם טאַטן — מהרי"נ נ"ע18 — די פעטערס, אָבער אַזאַ מסירת נפש; זיין — הכוונה על אאמו"ר — ערשטער טראָט אין עבודה איז מיט מסירת נפש, ביי זיי איז אויך געווען מס"נ, אָבער איך האָב דאָס ניט אזויפיל דערהערט ווי ביי דעם טאַטן. איך רייד ניט וועגן זיין גרויסקייט אין השכלה, הבנה והשגה; נאָר זיין מס"נ אויף אידישקייט.
אַה! ווי דאָס פעלט יעצט, דער מתן תורה, אַוועקגעבען זיך פאַר תורה; מען איז חסידים, מען לערנט, מען דאַוונט, מען האָט מדות חסידיות — עס איז טאַקע מער ניט ווי אַ דוכט, עס דוכט זיך אַז מ'האָט מדות חסידיות, אָבער מען איז חלילה ניט אָפּגעפרעגט פון דעם — אָבער דער אַוועקגעבן זיך צו תורה צו חסידות, אָט דאָס פעלט אינגאַנצן.
אויף אַלץ איז דאָ צייט: מען לערנט, מען שמועסט אין לערנען, מען רעדט אַ ליצנות'ל, אַ רכילות'ל, אַ לשה"ר, אַ הייליגע לשה"ר, מען לאַכט אָפּ פון אַ גס הרוח; אָבער אַריינצונעמען זיך אַליין אין דעם אבן הבוחן — אין דעם פּרובירשטיין, אויף דעם איז קיין צייט ניטאָ.
ביי זיך אַליין ווייס מען אַז אַזוי ווי ס'איז טויג ניט, נאָר מען איז יוצא מיט אַ גלייכווערטל — אַ גלייכווערטל אַהער,
הערות
- 11. ראה אודותו לעיל ע' 25. וש"נ.
- 12. ראה גם ספר השיחות תש"ג ע' 82.
- 13. ראה אודותו לעיל ע' 29. וש"נ.
- 14. פ' ראה טז, י.
- 15. שבספירת העומר.
- 1. עוד דברים שאמר או עשה כשחזר ממעזריטש — ראה לעיל ע' 23 הערה 7. וש"נ.
- 16. הרה"ק וכו' ר' אברהם שניאורסאהן מקישינוב. ראה אודותו לעיל ע' 82.
- 17. כ"ק אדמו"ר מהורש"ב.
- 18. בן אדמו"ר הצ"צ. — ראה אודותו: בית רבי חלק ג פרק ח (יד, ב [קכב, ב] ואילך). ספר השיחות תר"פתרפ"ז ע' 255 וש"נ. תרפ"חתרצ"א ע' 239. מאמרי אדמו"ר האמצעי הנחות תקע"ז — הוספות ע' תנ.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.