ספרי כ"ק אדמו"ר מוהריי"צ נ"עספר השיחותתש"ו-ה'שי"תספר השיחות — תש"זיום ב' דחג השבועות תש"ז בסעודה131

131

כאוכלין5, זיי האָבן ניט געגעסען נאָר זיי האָבן באַוויזן ווי זיי וואָלטן געגעסן, איז דאָס דאָך ע"ד ווי אַ "חיצון" — ער מאַכט זיך פאַר אַ בקי און פאַר אַ למדן און באמת איז ניט אַזוי, לייגט ער דאָך. אָבער נשמות, וואו זיי געפינען זיך זיינען זיי ווי דער אמת איז: אַז משה רבינו איז עלה בהר, שטייט אַז "לחם לא אכל ומים לא שתה"6, אַ נשמה למטה עסט — דאָס איז דער סוד הבירורים, אָבער אַז די נשמה איז עולה למעלה — איז "לחם לא אכל ומים לא שתה". דערפאַר ווערן מלאכים אָנגערופען חיצוניים און נשמות פנימיים.

דער חילוק פון אַ למדן און אַ איש פשוט איז: אַ למדן איז אַ בעל מוח, במילא איז דאָ חילוקים: אַ געשמאַקע תורה, ניט קיין געשמאַקע, אַ הפלאה'דיקע תורה. אָבער ביי אַ איש פשוט איז דאָך אַלץ בהשוואה, דער ואמת הוי' לעולם7 פון פשיטות העצמות דערהערט זיך ביי דעם איש פשוט8.

וואָס איז דער וואונדער, אַז מען האָט אַמאָל געלעבט מיט אַ חסידישען וואָרט וואָס מ'האָט געהערט, אַז מען האָט דעם וואָרט אַראָפּגעטראָגן פון למעלה מן המוח ביז דעם כף הרגל9, מען האָט אויסגעמושטירט דעם גוף אַז ער זאָל לעבן מיט אַ וואָרט חסידות.

ב. דער זיידע האָט געלערנט מיט דעם טאַטן דעם סידור; לבד וואָס ער האָט מיט אים געלערנט דעם ביאור עפ"י חסידות, האָט ער מיט אים געלערנט דעם פשוט'ן פירוש המלות פון סידור, אַמאָל מיט מער ביאור און אַמאָל דעם פירוש המלות אַליין.

"מודה אני לפניך": אַז מען איז "מודה", דאַן איז מען "אני לפניך" — מען איז "אני" וואָס דערהערט ווי מען איז געשטאַנען "לפניך"; דאַן איז די התבוננות אין "מלך", און ס'קומט אַראָפּ אין אַ בפועל אין "רבה אמונתך" אַ הגדלה אין אמונה10.

אזוי האָט דער זיידע געלערענט מיט דעם טאַטען. האָט דער טאַטע געזאָגט אַ ביאור אויף דעם אַז "מודה", דאָס איז די הגבלה אין דברי הרב — אַזוי האָט דער רבי געזאָגט; און דאָס גופא גיט אַ כח אין "רבה אמונתך", די הגדלה אין אמונה — ניט נאָר גלויבן, נאָר מען זאָל פאַרשטיין וואָס מען גלויבט.

ג. מזגו כוס משקה לכ"ק אדמו"ר שליט"א ושאל אם זה מהמשקאות שאין עליהם חשש. וענה אחד מהרבנים המסובים: בטח, על הבקבוק כתוב מפורש: "פשוט ונקי".

ואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א: מען קאָן זיי גלויבן? עס איז דאָך אַ פאַרפאַלשעוועטע וועלט. ויאמר א' מזקני הרבנים: זהו דבר שאין הצבור יכולים לעמוד בו.

וענה כ"ק אדמו"ר שליט"א: פונדעסטוועגען צו "ניט" קומט דאָס ניט.

דער טאַטע האָט אַמאָל געזאָגט, אַז פון אַ גשמי דאַרף מען זיך זייער היטן. אין רוחניות, אויב דאָס איז ניט אַזוי מכוון, נו! איז דאָס אַ נידעריקע מדריגה, אָבער אַז דער גשמי איז ניט מכוון, איז זייער פּאַסקודנע.

הערות

  1. 5. ב"ר פמ"ח, יד. ב"מ פו, ב. פרש"י עה"פ.
  2. 6. תשא לד, כח. וראה ב"ר שם.
  3. 7. תהלים קיז, ב.
  4. 8. ראה גם לעיל ע' 3. וש"נ.
  5. 9. ראה גם ספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 345.
  6. 10. ראה גם ספר השיחות שם ע' 240.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

מקורות הגמרא שבעמוד זה נפוצים מדי או ייחודיים לו, ולכן אין לו עמודים מקושרים.