129

און די רביים אחריו האָבן געהאָרעוועט אַז ביי חסידים זאָל זיין אין דאַוונען להבת שלהבת, אויסברענען די ניט גוטע מדות און אויפפלאַקערען די גוטע".

דער לימוד החסידות איז, אַז דער קרעמער זאָל האָבען מיט וואָס צו גיין אין קראָם, און דער מלמד מיט וואָס צו גיין אין חדר.

אַה! ווי מען איז היינט ווייט פון די אַלע ענינים, מען איז ווייט אפילו פון דעם אַמאָליגען חסידישן מיטוואָך ומכ"ש פון די עבודה פון שבת און יום טוב.

אין ניגון איז דאָ דריי בבות. דער ניגון פאַרן דאַוונען, דער ניגון אין דאַוונען און דער ניגון נאָכן דאַוונען. דאָס איז אַלץ איין און דער זעלבער ניגון. דאָס זיינען די געגועים פאַרן דאַוונען, די געגועים אין דאַוונען, און די געגועים נאָכן דאַוונען.

דער חילוק פון אַ עובד און אַ משכיל, אַ משכיל דאַווענט און אַ עובד טוט. אַ משכיל דאַווענט און איז צופרידען פון זיין דאַוונען, אָבער צו עבודה בפועל קומט דאָס ניט. אַ עובד טוט, השכלה מהיכי תיתי, אָבער זיין צופרידענקייט איז פון טאָן, עבודה בפועל.

זכות אבות לא תמו7, "זכות אבות" די קלאָהרקייט וואָס די אבות החסידות האָבען אַריין געבראַכט, אַז מען זאָל דערהערן דעם אייגענעם ניט גוט און טאָן ווי מ'דאַרף טאָן; דאָס איז לא תמו, דאָס איז שטענדיק.

ג. מען האָט געדאַרפט מאַכען אַ קביעות לערנען דעם "תורת שלום"8 יעדען טאָג עטלעכע שורות, מען דאַרף ניט קיין פולע, עטלעכע שורות איז גענוג, דאָרט זעט מען ווי מ'דאַרף לעבן ווי אַ חסיד.

(על שאלת א' מהמסובים אמר:) דער לשון אין די שיחות "תורת שלום" איז ניט מדויק, בכלל זיינען דאָס הנחות געשריבען אין ראשי פרקים מיט דער כוונה שפּעטער זיי ממלא צו זיין און עס איז אַזוי געבליבן, אָבער דער עיקר איז דאָך ניט וואָס עס שטייט אויף דעם פּאַפּיר, מען דאַרף לעבען מיט דעם.

ד. (ניגנו ניגון ואמר א' מהמסובים: דאָס איז אַ אַלטער ניגון, ווי מ'האָט אים געזונגען אין ליובאַוויטש. וענה כ"ק אדמו"ר שליט"א) אַה! די אלטע, די אַלטע ניגונים, די אַלטע ווערטער, די אַלטע הנהגות; היינט איז אַלץ טאנדעט9. אַמאָל פלעגט אַ שניידער אַליין נייען דעם בגד מיט אַ נאָדעל, ער פלעגט זיך טאַקע אַמאָל פאַרשטעכען די פינגער, אָבער דער בגד איז געווען גוט געמאַכט; היינט איז אַלץ טאנדעט, מאַשינאָווע: אַ טאנדעטנער עובד, אַ טאנדעטנער משכיל, און אַ טאנדעטנער למדן.

ה. חסידות מאָנט ניט קיין ריבוי, חסידות איז גענוג איין וואָרט נאָר צום תוך.

עס איז אַמאָל אַ חסיד — איך וויל ניט פורש בשמו זיין — אַריין צום טאַטען אויף יחידות און זיך מתאונן געווען: מען לערנט חסידות און עס דערנעמט ניט, מען דאַווענט און עס דערנעמט ניט.

האָט דער טאַטע אים געענטפערט: וואָס וואונדערסטו זיך, אַז דער דאַוונען

הערות

  1. 7. ראה שיחת ל"ג בעומר תש"ז (לעיל ע' 127). וש"נ.
  2. 8. יצא לאור בפעם הראשונה — ברוקלין, תש"ו.
  3. 9. זול, מאיכות גרועה.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.