128
ליל א' דחג השבועות תש"ז בסעודה
א. (במענה על שאלת א' מהמסובים אמר כ"ק אדמו"ר שליט"א:) דער תקיעת שופר וואָס איז געווען אין מתן תורה האָט אַדורכגענומען דעם גאַנצען כדור הארץ.
אין איינע פון די מאמרים וואָס דער טאַטע האָט געזאָגט שבועות, ווען איך בין נאָך געווען אַ קינד און ניט געווען בערך צו פאַרשטיין,
— מיין מלמד ר' ניסן1 פלעגט מיר דערציילען פון די אַלע מאמרים וואָס דער טאַטע האָט געזאָגט ווען איך בין נאָך געווען אַ קינד, און האָט מיר דערביי געזאָגט2: אַז דו וועסט עלטער ווערען און וועסט ביי מיר פרעגען, וועל איך דיר דאַמאָלסט זאָגען באריכות3 —
האָט דער טאַטע געזאָגט: מן השמים השמיעך וגו'4, השמיעך איז דער פירוש, ער האָט דיר געמאַכט דערהערען, ער האָט דיר געמאַכט פאַר אַ כלי דו זאָלסט קענען דערהערען, ניט נאָר האָט מען דיר געגעבען אורות נאָר אויך כלים לקבלה, ע"ד כלים דתיקון.
ב. עס איז אַמאָל געווען אַ שטאַרקער פאַרבריינגען ביים טאַטן, עס האָט זיך דאַמאָלט גערעדט דער חילוק פון נפש האלקית און נפש הבהמית. האָט דער טאַטע דאַן געזאָגט:
איך האָב ניט ליב קיין אריכות, אריכות דאַרף זיין פאַר'ן דאַוונען און אין דאַוונען, חסידות איז איין וואָרט:
"עיקר החסידות איז מדות5, הבנה והשגה וואָס אין חסידות איז נאָר בשביל לעורר המדות. מדות איז צוליב דאַוונען, און דאַוונען איז צוליב מדות, דער רבי6
הערות
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.