ספרי כ"ק אדמו"ר מוהריי"צ נ"עספר השיחותתש"ו-ה'שי"תספר השיחות — תש"זקטע משיחת ל"ג בעומר, תש"ז127

127

ראָד איז אויף אים וויינט. איז ער אַ נאַר. וואָס וויינסטו, עס איז דאָך אַ ראָד אַ גלגל החוזר.

אַז מען איז רייך און מען איז אויפן ראָד, בעדאַרף מען טראַכטן, אַז עס איז מער ניט ווי אַ ראָד, וואָס דרייט זיך כסדר און עס האָט ניט קיין קיום לדורות, אָבער אַ פסוק חומש, אַ פסוק תהלים, טאָן אַ טובה אַ אידן, דאָס איז אַ דבר המתקיים. עס האָט אַ נצחיות'דיקן לעבן און בריינגט נצחיות'דיקע פירות און פירי פירות, וכמאמר18 זכות אבות לא תמו און לא יתמו לעד ולנצח נצחים.

* * *

מען דאַרף זיין בשמחה. אַז מ'קוקט זיך צו צו זיך געפינט מען אַמאָל פלעקן וואָס מ'דאַרף אויסוואַשען, אָבער דאָס דאַרף אַלץ זיין בשמחה.

* * *

עס איז דאָ אַ קורצע תורה פון הוד כ"ק רבינו הזקן פון די ערשטע יאָרן פון זיין נשיאות19, וועלכע ער האָט געזאָגט בשם רבו, דעם מעזריטשער מגיד בשם מורינו הבעש"ט:

אהבת ישראל מיינט האָלט האָבן אַ אידן אַן קיין שום חילוק, צי אַ למדן צי אַ פשוטער איד, און דער אופן האהבה אין אהבת ישראל בעדאַרף זיין אַ ברידערלעכע20, וואָס די התגלות האהבה איז אין נשיקה21, אָט אַזוי ווי אהבת התורה איז, אַז מען איז מחבב און מייקר די מענטעלע פון אַ ספר תורה22.

* * *

אַה! וואָס פאַר אַ געשמאַקע זאַך אַ איד איז. דער אויבערשטער ווייסט דאָך וואָס פאַר אַ געשמאַקע זאַך אַ איד איז, האָט ער דאָך אים געדאַרפט געבן עס זאָל זיין גוט אין גשמיות און אין רוחניות.

ווען איך בין נאָך געווען גאָר יונג, איז געווען אַ זמן וואָס עס איז געווען, ל"ע, אַ עת צרה, ר"ל פאַר אידן. פרנסה איז געווען זייער שווער, און בכלל די רדיפות מצד הממשלה אין דאַמאָלסטיקן רוסלאַנד. — ליובאַוויטש איז געווען אויפן גרעניץ פון "טשערטא" (תחום המושב23) לעבן סמאַלענסק, און טאָמער, אַ איד פלעגט אַריבערגיין די גרעניץ

הערות

  1. 18. מחלוקת בשבת (נה, א) אבל כן הוא המסקנא בויקרא רבה (פל"ו, ו). ועיג"כ ירושלמי סנהדרין פ"י ה"א. אגדת בראשית פ"י. זח"א קסח, א. זח"ג קעד, א. ת"ז תי' כ"א (נז, ב). תיקונים מזהר חדש (קיג, ע"ד).
  2. 19. [בהנחה בלתי מוגה: וואָס ער האָט געזאָגט אין די ערשטע צייטען — דאַמאָלסט האָט דאָס ניט געהייסען מאמרים נאר צעטלען — אַ פּאָר שורות וואָס ער האָט געזאָגט אויף טייטש אז אַלע זאָלן פאַרשטיין. — איז דאָ אַ תורה פאַרשריבען אויף אַ צעטיל].
  3. 20. מעלתה שאינה פוסקת ואין בה שינוים. ראה לקו"ת ר"פ בהר ועוד.
  4. 21. שהיא באה ונמשכת מחמת פנימיות אהבה שבלב, שאותיות הדבור אין יכולים להכיל אה"ר זו. לכך אינה מתלבשת בדבור רק בבחי' נשיקין (תו"א ס"פ תרומה. וראה ג"כ לקו"ת שה"ש בתחילתו).
  5. 22. [בהנחה בלתי מוגה: אַז מען טרעפט אַ אידן אין גאַס, דאַרף מען אים אַ קוש טאָן, ווי מ'קושט אַ מענטעלע פון אַ ספר תורה[ednref_21_*].
  6. 23. ע"ד "תחום המושב" — גזירת גירוש בנ"י מן הכפרים — ראה בארוכה "מבוא" לאגרות-קודש כ"ק אדמו"ר מהורש"ב ח"ד ע' 5 ואילך. וש"נ. [edn_21_*] ראה ספר השיחות תש"א ע' 32 (הועתק ב"היום יום" טז תמוז). תש"ג ע' 139. תש"ד ע' 163. אגרות-קודש ח"ח ע' פח. רשימת היומן של רבינו מיום ה', כ' מ"ח תרנ"ו — סה"מ תש"ט ע' 87.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.