126
וואָס דו דאַרפסט, און אויף וואָס דאַרף מען דיך זאָגסטו12 גאָר ניט!
דער חסיד איז געפאַלן חלשות און דער משרת האָט אים אַרויסגעפירט פון רבינס חדר. קומענדיק צו זיך האָט ער זיך גענומען באַטראַכטן וואָס דער רבי האָט אים געזאָגט, האָט ער אויף אַלץ פאַרגעסן און זיך גענומען צו תורה ותפלה כראוי.
נאָך אַ געוויסער צייט האָט הוד כ"ק רבינו הזקן געהייסן אים אַריינרופן.
ווען דער חסיד האָט דערהערט, אַז הוד כ"ק רבינו הזקן רופט אים איז ער געוואָרן זייער צובראָכן, באַרעכנענדיק זיך נאָך אַמאָל און נאָך אַמאָל דעם מאמר הקדוש, וואָס כ"ק רבינו הזקן האָט אים געזאָגט "דו זאָגסט אַלץ וואָס דו דאַרפסט אָבער אויף וואָס דאַרף מען דיך זאָגסטו ניט", האָט ער זייער געוויינט, געפאַסט און געטאָן אין עניני עבודה.
ווען ער איז אַריין להוד כ"ק רבינו הזקן איז ער געווען ביי זיך צובראָכן כחרס הנשבר, האָט אים הוד כ"ק רבינו הזקן געזאָגט:
איצטער אַז דו ווייסט און פילסט דעם אמת הוי' לעולם13, אַז דער אמת איז הוי' הי' הוה ויהי' כאחד14, און צו דעם אמת קומט צו אַ נשמה בגוף, קענסטו שוין פאָרן אַ היים און דער אויבערשטער ברוך הוא זאָל דיר מצליח זיין.
און אַזוי איז געווען15.
* * *
דער טאַטע האָט אַמאָל איינעם געזאָגט16 אַז עס זיינען דאָ צוויי נאַראָנים. עס איז דאָך אַ גלגל החוזר בעולם17. איז דער וואָס זיצט אויף דעם ראָד און לאַכט איז ער דאָך אַ נאַר. שוטה, וואָס לאַכסטו, עס איז דאָך נאָר אַ ראָד. דער וואָס זיצט אונטער דעם ראָד און דער
הערות
- 12. ראה לקמן הוספה א[ednref_17_*] נוסחא אחרת[ednref_18_**]. וראה ג"כ התמים ח"ה ע' נג[ednref_19_***]. ואפשר שאירע כעין זה פעמים אחדות[ednref_20_****].
- 13. [תהלים קיז, ב.
- 14. זח"ג רנז, סע"ב (ברע"מ). פרדס שער א (שער עשר ולא תשע) פ"ט. שעהיוה"א פ"ז (פב, א).
- 15. בהנחה בלתי מוגה: אַרויסגייענדיק האָבען אים חסידים מסביר געווען: פריער האָסטו געמיינט אַז דו ביסט אַ מאַכער, דו האָסט זיך רייך געמאַכט און דו האָסט זיך אָרעם געמאַכט, האָסט געמיינט אַז כחי ועוצם ידי וכו'; אָבער איצט אַז דו ווייסט שוין אַז אַלץ איז פון אויבערשטען קענסטו אַהיים פאָרען און דער אויבערשטער וועט העלפן. ונסע לביתו והצליח ונעשה גביר].
- 16. בארוכה בשיחת שמח"ת תרצ"ו אות יג [ספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 32 ואילך. וש"נ.
- 17. ראה שבת קנא, ב]. [edn_17_*] סה"מ תש"ח ע' 194 (אגרות-קודש ח"ג ע' קכ). [edn_18_**] וז"ל: באזני מצלצל אותו המאמר אשר אמר הוד כ"ק מורנו הגדול נ"ע בעת שהחסיד משקלאוו התאונן לפניו על מר מצבו וכי דרוש לו לשלם חובות, להשיא את בנותיו, ושיהי' לו לחם חקו. השיב הוד כ"ק מורנו הגדול. . "דו זארגסט אלץ אויף דעם וואָס דו בעדאַרפסט, אויף דעם אויף וואָס מען דאַרף דיך זאָרגסטו גאָרניט". [edn_19_***] נדפס באגרות-קודש ח"ג ע' תלט ואילך. [edn_20_****] ראה אגרות-קודש ח"ב ע' תקמא: "ספור זה שמעתי מאתו כפי ששמען בכמה נוסחאות, כי ענין זה הי' עם איזה חסידים בזמנים שונים". ובאגרות-קודש ח"ג ע' קנה: "דוא זאָגסט (נ"א דוא זאָרגסט) אַלץ ואָס דו בעדאַרפסט אויף ואָס מיא דאַרף דיך זאָגסט (נ"א זאָרגסטו) גאָר ניט". וראה גם שיחת ל"ג בעומר תש"ח (לקמן ע' 225). לקמן ע' 251 הערה 70. סה"מ תרפ"ט ע' 159.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
מקורות הגמרא שבעמוד זה נפוצים מדי או ייחודיים לו, ולכן אין לו עמודים מקושרים.