125

שמי' רבא, שאַפן דעם גרעסטען קורת רוח למעלה9.

* * *

זקני10 החסידים פלעגן דערציילן וואָס זיי האָבן מקבל געווען פון די זקני החסידים הראשונים פון ליאָזנע דעם סיפור הידוע11 וועגן איינעם פון די גבירים חסידים, וועלכע זיינען געווען שטאַרק מקושר צו הוד כ"ק רבינו הזקן און פלעגן געבן גרויסע סכומים געלט לרבינו הזקן אויף החזקת ארצנו הקדושה און אויף פדיון שבוים.

איינער אַזאַ חסיד, וועלכער איז געווען אַ גרויסער עושר, האָט שוין חתונה געמאַכט די קינדער און די קינדער זיינען אויך געווען גוט אָפּ, האָט זיך אָנגענומען חתונה מאַכן די קינדער פון זיינע קרובים און צוגעזאָגט פאַר זיי פיינע נדנ'ען, און בכלל געפירט אַ רייכן שטאט, איז אָבער מיט אַמאָל געוואָרן נתהפך הגלגל און ער איז געוואָרן אַ יורד ר"ל, געבליבן אַ גרויסער אביון און דערצו נאָך אַ גרויסער בעל חוב. איז ער אַוועקגעפאָרן צום אַלטן רבי'ן און האָט פאַר אים אויסגעגאָסן זיין ביטער האַרץ.

אויסהערנדיק זיין מצב האָט דער אַלטער רבי אויפגעהויבן דעם קאָפּ און געזאָגט, מיט אַ ניגון, כדרכו בקדש הקדשים: דו האָסט אַלץ דערציילט,

הערות

  1. 9. בהנחה בלתי מוגה: דער ענין בקצרה איז: די ירידת הנשמה למטה איז דאָך אויף להתלבש בגוף, וואָס דער גוף מיט זיינע מעשה'לאַך איז דאָך ניט אַזאַ שיינער מהות; וואָס די כוונה אין דער ירידה איז ניט נאר להעלות הנשמה למעלה ממדריגתה נאָר אויף מעלה זיין דעם כללות העולם ווי דער משל הידוע פון דעם "ליווער" (ראה תו"א ד, א), און דער אהבתי אתכם וכו' איז דאָך אויף דער נשמה המלובשת בגוף. אהבת ישראל איז צו אַלעמען גלייך, האָלט האָבן אַ פשוט'ן אידן וויילע ער איז אַ איד, וואָס די פשיטות העצמות איז אין אַ פשוט'ן אידן, און אַ איש פשוט איז פשיטות העצמות. {* * *} דער טאַטע האָט אַמאָל געזאָגט אַז דער עיקר ענין המוחין איז צו פאַרשטיין די מעלה פון פשיטות; ניט פשיטות וואָס קומט מצד השכל, נאָר פשיטות בעצם[ednref_15_*]. מען דאַרף ליגן אין אַ ענין. אַז מען לעבט זיבעציג יאָר — איך מיין ניט בלויז לעבן, נאָר לעבן זיבעציג יאָר אין עבודה — דאָס מיינט לעבן הונדערט יאָר און טאָן זיבעציג יאָר אין חסידות — קאָן מען פאַרשטיין וואָס פשיטות איז. אַלע מעלות וואָס מען רעדט אין עצמות קומט דאָס ניט צו די מעלת הפשיטות, און די פשיטות העצמות איז אין אַ איד פשוט[ednref_16_**]. אַ פשוט'ער איד, אַז ער שטייט אויף אינדערפרי, זיין אמונה, זיין זאָגן אַ קאַפיטל תהלים פאַרן דאַוונען, זיין דאַוונען [אַ איד זאָגט ניט אַז ער דאַרף אָפּדאַוונען, ער האָט אָפגעדאַוונט; נאָר זאָגט: ער האָט געדאַוונט, ער האָט נאָך ניט געדאַוונט, ער דאַרף גיין דאַוונען וכו']. ער האָט האָלט תפילין; ער האָט האָלט אַ אידן; דאָס איז זיין פנימיות, דאָס איז ער בעצם. ער מאַכט חתונה קינדער און טראַכט ניט פון וואַנען וועט ער נעמען, מען דאַרף דאָך האָבן אַ עקזיסטענץ כמו שאומרים אוה"ע, און ער טראַכט דאָס ניט, ער האָט בטחון.
  2. 10. בהנחה בלתי מוגה: מען דאַרף זיך שטענדיג פרעגן: אויף וואָס דאַרף מען מיך דאָ. ובנוסחא אחרת: אויף וואָס דאַרף מען זיך, פרעגט מען ניט.
  3. 11. ראה בארוכה אגרות-קודש ח"ט ע' רעג ואילך. מקומות שצויינו בהערה הבאה. [edn_15_*] נוסחא אחרת: אז דער גאַנצער ענין פון מוח איז נאָר אויף צו פאַרשטיין דעם ענין הפשיטות, ניט שכל'דיג פאַרשטיין פשיטות, נאָר דערהערן דעם ענין הפשיטות. [edn_16_**] נוסחא אחרת: וואָס פשיטות העצמות איז פאַראַן באַ אַ פשוטן אידן. — ראה לעיל ע' 3. וש"נ.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.