124
וואָרן זייער מוקשה, זיי האָבן אָבער ניט געהאַט די דרייסטקייט צו פרעגן אים וועגן דעם.
הוד כ"ק רבינו הזקן האָט מרגיש געווען אַז די יונגע לייט זיינען פאַרוואונדערט אויף זיין נייער הנהגה.
האָט הוד כ"ק רבינו הזקן דאַן פאַר זיי איבערגעזאָגט די תורה וואָס דער מעזריטשער מגיד האָט אים איבערגעגעבן בשם מורנו הבעש"ט4:
הוּלט האָבן אַ אידן איז אַ מצוה דאורייתא. אין יעדער מצוה איז פאַראַן די עשה פון דער מצוה און די לא תעשה. און אַזוי אויך אין דער מצוה פון אהבת ישראל איז ואהבת לרעך5 די עשה און לא6 תשנא את אחיך7 די לא תעשה. די פשיטות פון דעם פשוטן אידן, זיין תפלה, זיין זאָגן תהלים נאָכן דאַוונען, זיין טאָן אַ מצוה ווייל השי"ת האָט געהייסן, איז גורם אַ נחת רוח למעלה8.
* * *
די חסידישע הדרכה איז אַז יעדער איד, אָן אונטערשייד, אַ למדן צי אַ פשוטער, בעדאַרף זיך אַליין שטעלן די פראַגע צו וואָס בעדאַרף מען מיך אויף דער גשמיות'דיקער וועלט. די נשמה איידער זי איז אַראָפּ אין גוף האָט דאָך געלעבט למעלה אין געטלעכקייט, און אַראָפּקומענדיק למטה אין גוף מוז זי זיך דאָך אָנטאָן אין גשמיות'דיקע זאַכן, וואָס דאָס איז דאָך אַ גרויסע ירידה פאַר דער נשמה, וכמאמר "ירידת הנשמה בגוף".
אָבער די ירידה איז "צורך עליה", אַז דוקא דורך דער ירידה קומט די נשמה צו די העכסטע דרגות אין געטלעכקייט, און אָט די פשוטע אידן מיט זייער הנהגה פשוטה, באַלד אויפשטייענדיק לויפן דאַוונען בצבור, זאָגן אַ קאַפּיטל תהלים און ענטפערן אמן און אמן יהא
הערות
- 4. עוד דברים שאמר או עשה כשחזר ממעזריטש — ראה לעיל ע' 23 הערה 7. וש"נ.
- 5. קדושים יט, יח.
- 6. שם, יז].
- 7. כשיראה לו שנאה וידע שהוא שונאו אינו עובר ע"ז הלאו, אמנם עובר על לא תקום ולא תטור (ס' החינוך מצוה רלח), בכ"ז כתב כאן ל"ת דלא תשנא. וי"ל: א) ע"פ מש"כ הרמב"ם הל' דעות פ"ו ה"ה. אבל לכאורה אין זה מספיק, שהרי ברמב"ם שם מבאר בזה: ולא הזהירה תורה אלא כו'. וראה ג"כ שם ספ"ז (ע"ד מש"כ בס' החינוך). וי"ל ב) מפני שלא תשנא — היא קודמת והסיבה (בנפש האדם) ל"לא תקום ולא תטור" — כמובן. ג) ס"ל בדברי הרמב"ם כהכס"מ שם דגם כשמראה השנאה עובר. וידוע שקו"ט האחרונים בדברי הכס"מ ובהסתירה מסהמ"צ להרמב"ם מל"ת שב [קונטרס אהבת ישראל (קה"ת, תשל"ז) ע' 9 בהערה].
- 8. [בהנחה בלתי מוגה: אַז דער אַלטער רבי איז געקומען דעם ערשטן מאָל פון מעזריטש, איז ער שוין געווען אין אַ מדריגה פון אַ משפיע, ער האָט געהאַט אַ סאַך תלמידים. האָבן זיי אים געפרעגט וואָס פאַר אַ חידוש האָט ער געהערט אין מעזריטש? האָט דער אַלטער רבי געענטפערט, אז ער האָט דאָרט געהערט אַ נייעם פירוש אויף דעם "אהבתי אתכם אמר ה'" (מלאכי א, ב) — האָלט האָבן אַ אידן ווייל ער איז אַ איד. אין מעזריטש האָט ער געקראָגן אַ חוש אין האָלט האָבן אַ אידן, און דאָס האָט אים געגעבן אַ ליכטיקייט אין אהבת השם. אין יענעם זמן זיינען דאָך פשוטע אידן געווען אָפּגעפרעגט, עס זיינען געווען באַזונדערע מנינים פאר זיי: אַ שניידערשע שול, אַ שוסטער שול, אַ בעל עגלה שול. דער אַלטער רבי האָט געלערנט אַז מען דאַרף האָלט האָבען אַ פשוטן אידן; ניט נאָר מביני מדע, די דרייקעפּלעך, נאָר די פשוטע אידן וואָס אין זיי איז פאַראַן די פשיטות העצמות.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.