123

קטע משיחת ל"ג בעומר, תש"ז1

א. הוד כ"ק רבינו הזקן איז געווען אַ של"ה איד2. דאָס הייסט ער האָט געלערנט דעם של"ה און געדאַוונט מיט די כוונות פון של"ה. און בכלל אין אַלע זיינע הנהגות האָט ער זיך געפירט ווי די גדולי התורה אין יענעם זמן.

כידוע, פלעגן די לומדים אין יענעם זמן זיך האַלטן אָפּגעזונדערט פון די פּראָסטע אידן, וועלכע זיינען ברובם געווען בעלי מלאכות, שוסטער, שניידער און אויך מאַרק הענדלער און דאַרפסגייער.

די רבנים, שוחטים, מלמדים און סתם לערנער פלעגן זיך אָפּזונדערן פון די פּראָסטע אידן אפילו אויך אין די בתי מדרשים.

די התבדלות איז דערגאַנגען אַזוי ווייט, ביז מען האָט זיך אָנגעהויבן שעמען מיט די פּראָסטע אידן, מען האָט זיי זעלטן געגעבן אַ עלי', די יאָרצייטן און אבלים פון די פּראָסטע אידן האָט מען ניט גערן צוגעלאָזן צום עמוד.

הוד כ"ק רבינו הזקן האָט געהאַט יונגע לייט, גדולים בתורה, פאַר וועלכע ער פלעגט זאָגן אַ שיעור גמרא והלכה, און זיי האָבן געהאַט זייער אייגענעם מנין און האָבן זיך מתרחק געווען בכל מיני ריחוק והבדלה פון די פשוטע אידן.

ווען הוד כ"ק רבינו הזקן איז צוריקגעקומען פון מעזריטש, האָבן זיינע תלמידים יונגע לייט באַמערקט אַ שינוי אין זיין הנהגה בהנוגע צו די פּראָסטע אידן. ניט נאָר האָט ער אויפגעהערט זיך מתרחק זיין פון זיי, נאָר ער האָט זיי גאָר אָנגעהויבן מקרב זיין3.

ביי די יונגע לייט איז די זאַך גע

הערות

  1. 1. נדפס עם מ"מ והערות מכ"ק אדמו"ר נשיא דורנו בסה"מ תש"ח ע' 190 ואילך.
  2. 2. [ראה שיחת פורים שנה זו (לעיל ע' 99). וש"נ.
  3. 3. ראה שיחת י"ג אלול שנה זו. שיחת י"ט כסלו תש"ח (לקמן ע' 149. ע' 181).

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.