121

כ"ק אדמו"ר שליט"א שאל את ר' מיכאל דוואָרקין, אם הוא זוכר את הניגון. וענה ר' מיכאל: דאָס איז ניט קיין ניגון, דאָס איז אַ התבוננות.

והעיר ע"ז כ"ק אדמו"ר שליט"א: אַ הפשטה'דיקע התבוננות. עס איז דאָ אַ התבוננות בהלבשה און עס איז דאָ אַ הפשטה'דיקע התבוננות.

בכלל מיכאל'ס עבודה דאַרף ניט קיין ביאורים...

ז. מיר זיינען אָרעם אין השכלה, מיר זיינען אָרעם אין הבנה, מיר זיינען אָרעם אין ידיעה, מיר זיינען קטני ידיעה; ומכל שכן זיינען מיר אָרעם אין הרגש, צו דערהערען דעם ענין פון אהבת ישראל.

מקיים זיין אַ מצוה טוען מיר מיט קבלת עול, און די מלאכים דערלייגען וואָס ס'פעלט; עס איז דאָ אַ מלאך מיכאל, אַנדערע מלאכים, דער אויבערשטער האָט זיך מיט וועמען אַ קער טאָן זיך. אָבער אין דעם ענין פון אהבת ישראל, פעלט אינגאַנצען דער הרגש. אויב איינער האָט פרנסה ווישט מען זיך שוין אָפּ די הענט און מען פטר'ט זיך שוין. עס דאַרף דאָך אָבער אַרען דער אַנדערער, עס דאַרף אים פאַראַהרען דער זולת — און דאָס פעלט.

דאָס איז גורם אַז דער איש הפשוט לערנט זיך אָפּ פון אים. ער טראַכט זיך: אויב דער בן תורה האָט ניט קיין געשמאַק אין וואָס מען דאַרף האָבען אַ געשמאַק, און האָט אַ געשמאַק אין דעם וואָס מען דאַרף ניט האָבען אַ געשמאַק, היינט וואָס זאָל ער שוין טאָן.

דער איש הפשוט ווייס דאָך ניט פון זיין מעלה אין פשיטות העצמות, וואָס באמת דאַרף זיך גאָר דער בן תורה אָפּלערנען פון אים, אָבער דער איש הפשוט ווייס דערפון ניט; במילא קוקענדיק אויפן בן תורה ווי אַזוי ער פירט זיך ניט כדבעי, שאַדט דאָס אים אין זיין הנהגה.

ח. לחיים! דער אויבערשטער זאָל געבען אַ געזונטען תמיד אין גשמיות און אין רוחניות.

עוד הפעם אמר:

לחיים! דער אויבערשטער זאָל געבען אַ פרייליכע וואָך, איך מיין ניט נאָר די וואָך, נאָר בכלל אַז די וואָכעדיגע טעג זאָלן זיין פרייליך, מען זאָל האָבן פרנסה, זיין רייך און קענען טאָן אין עבודה מיט הרחבה, מען זאָל זיין געזונד, רייך, פרום. נו — קלוגער.

עוד הפעם אמר:

לחיים! דער אויבערשטער זאָל געבען מען זאָל ווערען מענטשען, וועט מען נאָכדעם בעטען מען זאָל זיין חסידים.

ט. אַמאָל9 בין איך געגאַנגען שפּאַצירן מיט'ן טאַטן אין ראָסטאָוו. שפּאַצירנדיג אויף אַ געוויסע גאַס זיינען מיר צוגעקומען צו אַ הויז וואו מען האָט געאַרבעט נייע מאַשינען. דער טאַטע האָט זיך אָפּגעשטעלט און זיך צוגעקוקט צו די נייע מאַשין און אַ זאָג געטאָן: אַ טיפע המצאה.

צוריקגייענדיק, זאָגט דער טאַטע אַז מען דאַרף זיך פאַרטראַכטן וואָס מ'קען דערפון אָפּלערנען אַ ענין אין עבודה. וואָרום עס איז דאָך דאָ אַ כוונה אין די השגחה פרטית: אַז פּונקט יעצט איז מען געגאַנגען שפּאַצירן און גראַדע אויף די

הערות

  1. 9. ראה שיחת ליל ב' דחה"פ תש"ח. יום אחש"פ תש"ט (לקמן ע' 204. ע' 322). וראה גם שיחת יום ב' דחה"ש שנה זו (לקמן ע' 133).

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.