120
רבונו של עולם!" אַן אַ הכנה און אָן אַ פאַרוואָס, האָבען מיר דאָך גאָר ניט קיין ווערטער אַרויסצוגעבען וואָס דאָס מיינט, מיט דעם אויסגעשריי איז ער דאָך מברר דעם פערד און וואָגען און דעם גאַנצען וועג אויף וועלכען ער איז געפאָרען. וויפיל מען זאָל ניט ריידען וועגען דעם, וועלען ווערטער ניט דערליינגען אַרויסצוגעבען די הפלאה פון דעם אויסגעשריי פון אַ פשוט'ן אידען: "אַי, רבונו של עולם!", מען דאַרף האָבען אַ געפיהל אין דעם.
ג. אַ חסיד שטייט ניט מיטן וואָגן אין מאַרק. אַ חסיד איז אומעטום חסיד; אין מאַרק. אין שטוב, אין סטאָר, אין גאַס.
ד. לחיים! דער אויבערשטער זאָל ממלא זיין יעדערען וואָס אים פעלט, און דער אויבערשטער זאָל אַריינגעבען יעדערן דעה צו וויסן וואָס אים פעלט.
ה. כ"ק אדמו"ר שליט"א ביקש את ר' מיכאל דוואָרקין5 שילמד את התמימים דפה די אַלטע ליובאַוויטשער ניגונים.
ויאמר ר' מיכאל הנ"ל: זיי זיינען ביי זיך שטאַרק אין דער דעה, זיי זאָגען אַז זיי קענען גוט.
וענה כ"ק אדמו"ר שליט"א:
עס איז דאָך ידוע דער וואָרט פון זיידען (מהר"ש נ"ע) עס איז דאָ גוט און עס איז דאָ נאָך בעסער6.
ו. אחרי שר' מיכאל דוואָרקין ניגן הניגון של ר' מיכל זלאָטשעווער7 אמר כ"ק אדמו"ר שליט"א:
איך בין מכיר טובה מיכאל דוואָרקין, וואָס צוליב זיינעם אַ ניגון האָב איך אַמאָל זוכה געווען צו הערען פון טאַטען אַ ביאור בכמה שעות אין דעם ענין פון אורות דתוהו אין כלים דתיקון.
והמעשה שהי' כך הי'8:
איך פלעג אָפט האָבען אומגעריכטע אורחים; דער טאַטע פלעגט אָפט זיין ביי מיר אַ אורח. איינמאָל איז דער טאַטע געגאַנגען צו מיר, דורכגייענדיק די חדרים האָט ער געדאַרפט דורכגיין אַ פאָדערשטיבעל (דאָרט איז געווען אַמאָל די סוכה, און נאָכדעם אַ וועראַנדע אין גאָרטען); וועלנדיק אַריינגיין אין דעם פאָדער דורכגאַנגס שטיבעל, ערשט מיט אַמאָל לויפט אַריין מיכאל דוואָרקין פון הויף אין דעם פאָדערשטיבעל און הויבט אָן טאַנצען אַרום חדר מיט דעם ניגון בשפת רוסית: "ניעט, ניעט, ניקאַוואָ, קראָמיע באָגאַ אַדנאַוואָ" (זהו תרגום של אין עוד מלבדו). — אַז ר' מיכאל האָט געטאַנצט, איז ער געווען אינגאַנצען רויט, געטאַנצט מיטן גאַנצען עצם.
דער טאַטע איז געבליבען שטיין אונטער דער טיר — ווייל ער האָט אים ניט געוואָלט שטערען — ביז וואַנען מיכאל דוואָרקין איז צוריק אַרויס פון פאָדערצימער.
האָט דער טאַטע דאַמאָלסט מיר געזאָגט, אַז דער ניגון ביי מיכאל'ן איז דאָך געקומען פון וואַלד, אַ וואַלד ניגון (ר' מיכאל הי' עסקו ביער), דאָס נעמט זיך דאָך ניט ביי אים פון זוהר אָדער פון עץ חיים — נאָר פון וואַלד. וביאר לי אז הענין באריכות אורות דתהו בכלים דתיקון.
הערות
- 5. הרב מיכאל ב"ר חיים יצחק דוואָרקין. נפטר בברוקלין נ.י. ערב שבועות תש"ט.
- 6. אגרות-קודש ח"ד ע' שמ. ח"י ע' יג. חי"ד ע' תלו.
- 7. ע"ד ניגון זה — ראה בהנסמן לעיל ע' 99 הערה 1.
- 8. בהבא לקמן — ראה גם ספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 302. וש"נ.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.