118
מען דאַרף דערהערן דעם ניט גוט ווי עס איז יעצט און מאַכן די החלטה צו ווערן בעסער. אָבער אַז מען פילט אַ צופרידנקייט פון דעם גופא — פון דעם דערהערן אַז אַזוי ווי עס איז איצט איז ניט גוט — טויג דאָס ניט.
אין דאַוונען דאַרף מען זיין צובראָכן ביי זיך און דאָס אַליין דאַרף בריינגען צו עבודה.
עס איז דאָ אַ אויסשפּראַך אין ב' נוסחאות: א) חסידים זיינען בעלי עבודה. ב) בעלי עבודה זיינען חסידים.
דער ביאור דערפון בעדאַרף מען ריידן באריכות גדולה. נאָר דער קיצור הענין איז:
"חסידים זיינען בעלי עבודה", הפירוש אַז די גאַנצע יגיעה פון חסידים אין השכלה והשגה איז נאָר בשביל עבודה.
"בעלי עבודה זיינען חסידים", הפירוש אַז דורך עבודה קען מען צוקומען צו די העכסטע מדריגות פון השכלת החסידות.
החלטה אַליין איז ניט גענוג. די החלטה אַז אַזוי ווי מען איז טויג ניט און אַז מען דאַרף ווערן בעסער, דערמיט אַליין איז מען ניט יוצא. עס דאַרף טאַקע זיין אַ בכן, אָבער בלייבן ביים בכן אַליין איז גאָרניט — מען דאַרף דעם פועל ממש, די עשי' בפועל.
די יונגעלייט דאַרפן האָבן אַ ביטוש כללי. על דרך ווי דער טאַטע האָט אַמאָל געזאָגט44 אַז אַ רב פון אַ שטאָט וואָס ביי זיך אין דער היים איז ער אַ גאַנצער ציור, פלעגט פאָרן אין ליובאַוויטש; קומענדיק אין קראַסניאַע אָדער רודניאַ (התחנות הסמוכות לליובאַוויטש) פלעגט פסח דער בעל עגלה אַ געשריי טאָן: רבי'ל! קומט זעצט זיך מיט מיר אויפן וואָגען. דאָס פלעגט פועל'ן דעם ביטוש כללי.
מען דאַרף זיך דאָך שעמען, עס איז דאָ אַ רבי: דער אַלטער רבי, דער מיטעלער רבי, די ווייטערדיקע רביים, וועלכע האָבן זיך מוסר נפש געווען איינצופלאַנצען ביי חסידים מדות טובות, און צום סוף, אַזוי ווי מען איז.
תמימים! חסידים! מען בעדאַרף זיך נעמען פאַר דעם עבודת החסידות אַרבעט, און השי"ת, בזכות הוד כ"ק אבותינו רבותינו הקדושים, וועט אונז געוויס העלפן.
הערות
- 44. ראה ספר השיחות תש"א ע' 35.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.