116
העדר הכרת חסרונות עצמו איז ער דער נאַר וואָס בתוך הריפות.
אַלץ מיינט דעם אַנדערן. און ווען ער זיצט שוין אַמאָל ביי אַ פאַרבריינגען ובפרט אַז ער זינגט נאָך אַ חסידישען ניגון מיינט ער שוין אַז ער איז אַ חסיד אויך.
יע, ער ווייסט אויך אַז חסידות איז ביטול, נאָר ניט מבטל זיין זיך, נאָר יענעם.
יא. ווען הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט מיך ממנה געווען אַלס מנהל פועל פון תומכי-תמימים32, זיינען אַמאָל געקומען צו מיר עטליכע בחורים מיט אַן אָנקלאַגע אויף די משגיחים ומשפיעים אַז זיי טויגן ניט33, און זיי פאַרלאַנגען אַז מען זאָל אַרייננעמען אין דער הנהלה עטלעכע עלטערע תלמידים אַלס באיכח פון די תלמידים.
אין מיינע הרצאות — פון צייט צו צייט — להוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק וועגן עניני תומכי-תמימים, האָב איך דערפילט מיין חוב אַלס מנהל און האָב דערציילט להוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק אַז די תלמידי תומכי-תמימים קלאָגן זיך אויף די משגיחים ומשפיעים, און מאָנען ביי מיר אַלס מנהל איך זאָל אַרייננעמען אין דער הנהלת הישיבה באיכח פון די עלטערע תלמידים.
הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט מיר געענטפערט אויף אַלע מיינע פראַגן כסדר הקבוע, און איך האָב אַלס פאַרשריבן כמנהגי בכל עת. אויף דער בקשה פון די עלטערע תלמידים האָט מיר הוד כ"ק אאמו"ר געענטפערט אַז איך זאָל זיי — די עלטערע תלמידי התמימים — זאָגן זיי זאָלן קומענדיקן מאָנטאָג אָדער מיטוואָך אַריינגיין צו אים אין דער שעה קבועה וואָס ער האָט אויף דעם קובע געווען.
איך האָב איבערגעגעבן דעם ענטפער לתלמידי התמימים.
די עלטערע תלמידים וואָס זיינען געווען ניט צופרידן מיט מיין שטרענגער הנהלה דורך די משגיחים ומשפיעים, זיינען געווען זייער צופרידן פון דעם וואָס הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט ממלא געווען זייער בקשה, זיי האָבן אין דעם געזען אַ געוויסע אומצופרידנקייט — אַז הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק איז ניט צופרידן מיט דעם אופן הנהלה ווי איך פיר תומכי-תמימים, און זיינען געווען בטוח אין זייער דערפאלג בהנוגע זייערע הצעות אין הנהלת34 תומכי-תמימים.
ווען די תלמידים האָבן בעדאַרפט אַריינגיין להוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט ער געהייסן אויך רופן ר' מיכאל משפיע35 און הרה"ג ר"ז משגיח36 און מיך.
הערות
- 32. ראה לקמן ע' 234. וש"נ.
- 33. ראה ספר השיחות תורת שלום ע' 75 ואילך, ובהערה 4 שם: בעת ההיא, הנה קבוצה מתלמידי תו"ת לא רצו לקבל עליהם מרות המשפיעים, כ"א ללמוד ד"ח בפ"ע, וכנראה שבמענה ע"ז באה שיחה זו.
- 34. בהנחה אחרת: הנהגת.
- 35. החסיד ר' מיכאל בלינער. נק' בשם ר' מיכאל נעוולער. — ראה אודותו ספר השיחות תורת שלום ס"ע 39 ואילך. ספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 221. שיחת ליל א' דחג השבועות תש"ח (לקמן ע' 234).
- 36. הר"ר זאב וואלף ב"ר משה אברהם לעוויטין (תר"חתר"ע). חתנו של הרה"ח ר' גרשון דובער מפּאַהאַר. — ראה קונטרס עץ החיים ע' 52. אגרות-קודש אדמו"ר מהורש"ב ח"א ע' רכט. אדמו"ר מהוריי"צ ח"א ע' שב. ספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 205 הערה 27. ועוד.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.