115
חסידות, זיינען די בחורים און די יונגעלייט וואָס האָבן זיך געריבן און רייבן זיך אַרום חסידים בעלי עבודה.
עס טוט זייער וויי צו צוזען די יונגעלייט, די תלמידים וואָס האָבן מדות רעות. תמורת זה וואָס חסידות בעדאַרף זיי מטהר זיין פון זייער אהבת עצמם און פון זייערע מדות רעות ווי גאוה ושקר וכו', איז גאָר פאַרקערט אַז די אַזוי גערופענע — בדמיונם — השכלה פון חסידות ווערט טמא פון זייער ישות און גאוה.
י. די משפיעים ליגן נאָר אין דעם ווי אַזוי צו געבן די תלמידים אַ געשמאַק אין אַ וואָרט השגה והבנה. אָבער אין דעם אמת'ן האָבן זיי בעדאַרפט טאָן אין דעם אַז די תלמידים זאָלן דערהערן דעם ניט געשמאַק פון זיך. איידל גערעט, אָבער באמת איז דער סרחון און ריח רע פאַרדרייט די קאָפּ און מאַכט פינסטער אין די אויגן.
מען קען די משפיעים אויך ניט באַשולדיקן. די יונגע לייט, די בחורים, ווילן גאָר ניט הערן; זיי האָבן פאַרשטאָפּט די אויערן, אודנין סתימין, עינין סתימין28. יעדער האַלט אַז ער איז אַנדערש. "ער" ווייס וואָס אַ חסיד איז; אַז אַ חסיד בעדאַרף לערנען און פאַרשטיין חסידות און אַז דער עיקר אָבער זיינען די מדות חסידות וואָס דאָס איז — מער אָדער ווייניגער — תלוי אין עבודת התפלה. אָבער ער איז אַנדערש.
מיט וואָס איז ער אַנדערש?
אויף דעם האָט ער פאַרשידענע תירוצים און טיפע גרינדליכע — לויט זיין מיינונג וואָס ווערט אָנגעפירט פון דעם נפש הבהמית — אמתלאות. זיין נפש הבהמית — דער חכם29 להרע30 — זאָגט אים אַז ער איז אַ חסיד. אַרבעטן אויף עבודת התפלה, אַרבעטן אויף מדות טובות, דאָס זיינען קלייניקייטען; ער איז לעילא'דיק פון דעם, ער שטייט העכער.
אַי, מיט וואָס שטייט ער העכער?
דער ענטפער איז אַז ער שטייט אויף "קאווילעס", אויף הילצערנע פיס. וואָס דורך די הילצערנע פיס ווערט ער טאַקע העכער, אָבער דאָס זיינען הילצערנע פיס; ד. ה. אַז די הויכקייט זיינע איז אַ הילצערנע, אַ טויטע — בריינגט ניט קיין חיות ניט אין דעם פאַרשטאַנד און ניט אין דעם בפועל ממש פון מדות טובות ואהבת ישראל.
אַזאַ איינעם, רופט חסידות אַ חיצון31; אַז ווען ער דאַווענט שוין אַמאָל יע באריכות איז על פי רוב קוקט ער אין אַלע זייטן צי זעט מען אַז ער איז אַ עובד און איז מאריך בתפלתו. איין אמן יהא שמי' רבא ענטפערט ער ניט, ער איז אַ חסיד — זאָגט ער — וואָס טוט ניט צוליב גן עדן שכר.
ער איז אַ חסיד.
מיט וואָס?
מיט ביטול.
אָבער דער ביטול איז מקור הרע.
ביי אַ חסידישן פאַרבריינגען ווען ער איז מצייר אין אריכות ההסבר כמה בעלי חסרונות אין העדר עבודה. אין
הערות
- 28. ראה שיחת פורים תש"ו (לעיל ע' 25).
- 29. ע"פ ירמי' כד, יב.
- 30. ראה פרקי דר"א פי"ג. וראה גם שיחת ל"ג בעומר תש"ח. פורים תש"ט (לקמן ע' 226. ע' 306).
- 31. ראה גם ספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 97. 143. 184. 292.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.