113
משונות אַז עס הערט זיך אין אַלע אַרומיקע פילשטאָקיקע הייזער.
ז. אין מיינע קינדער יאָרן האָב איך געהערט בשעת אַ פאַרבריינגען פון זקני החסידים — ר' אהרן און יקותיאל מלמדי דאָקשיץ22, ר' מאיר מרדכי, און מורי ר' ניסן23 — ווי אַ איידים אויף קעסט, אַ למדן, האָט יאָרן לאַנג געלערנט בקול וזמרה בהתמדה גדולה, צוליב דער קאַץ וועלכע האָט זיך געשפּילט אונטער זיין טיר מיט אַ עכבר; און ער האָט געמיינט אַז דאָס איז זיין שווער און שוויגער הערן זיך צו ווי ער לערנט.
עס טוט זייער וויי, עס איז פשוט אַ האַרץ ווייטאָג צו זען ווי די יונגעלייט, די בחורים — תלמידים האָבן מדות רעות; זיי לערנען חסידות און ווייסען ווי עס דאַרף זיין און מכל מקום האָבן זיי מדות רעות. אַז ניט נאָר עס איז שווער צו קוקן אויף זייערע ד' אמות, נאָר דער קוקן אויף זייערע פנים'ער רופט אַרויס אַ גועל נפש.
חסידי חב"ד בכלל, תלמידי תומכי-תמימים דליובאַוויטש בפרט און תלמידי תומכי-תמימים באַמעריקע בפרטיות, דאַרפן און מוזן זיך טיף פאַרטראַכטען אויף דעם מצב הפרוע.
עס איז אַ כללות'דיקער ירוד ירדנו, מען איז זייער פאַרפּראָסטעט געוואָרן; עס פעלט אינגאַנצן דער ענין עבודה שבלב, ניט נאָר אין פועל נאָר אפילו אין רצון און מכל שכן אין עונג.
דער "ירד ירדנו" זעט זיך אָן אין אַלע דרגות, פון דעם חסידישן בעל עסק און בעל מלאכה ביז דעם בן תורה. אַלע פון גזע החסידות זיינען, געלויבט השי"ת, דורכגעדרונגען מיט געבאָרענע דרכי ומדות חסידות, וואָס חסידישע קינדער ירש'ענען פון זייערע עלטערן חסידים; אָבער דאָס איז ניט גענוג, ווייל דאָס ווערט אָפּגעשוואַכט אין דעם וואָכענדיקען טומעלדיקן אַמעריקאַנער הואהא פרנסה לעבן.
חסידות חב"ד איז בעיקרה דער גילוי פון מדות טובות אין דעם טאָגטעגליכן לעבן: לייגן זיך שלאָפן אַ חסיד, שלאָפן אַ חסיד מיט חסידישע חלומות און צום אויפשטיין מיט חסידישע אויסגערוטע און שטאַרקע עבודה כוחות.
ח. חסידות חב"ד איז אַ צוזאַמענשטעל פון חב"ד שבמוח און מדות שבלב. און דער תכלית איז, אַז די השכלה שבמוח חב"ד זאָל בריינגען דעם טוב טעם אין מדות, אַז מען זאָל דערהערן דעם טוב טעם פון געטליכקייט אין קיום המצוות בפועל.
אויף פשוט'ע עברי הייסט דאָס, אַז די השכלה און השגה וואָס אין חסידות, איז נאָר בשביל העבודה; וויסן ווי ארומצוגיין דעם נפש הבהמית מיט זיינע חכמה'לאַך און המצאה'לאַך.
דער נה"ב איז דאָך אַ אומן במלאכתו24 און קומט צו יעדן מיט זיינע חכמה'לאַך, איז אויף דעם האָט מען געגעבן השכלה והשגה פון חסידות
הערות
- 22. נזכרו כו"כ פעמים ביחד — ראה שיחת י"ב תמוז תש"ח. חורף ה'שי"ת. ליל שמח"ת ה'שי"ת (לקמן ע' 247. ע' 351. ע' 374). ספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 185. וש"נ. — אודות ר' אהרן קוגל מדוקשיץ — ראה שיחת יום א' דחה"ס תש"ח (לקמן ע' 167). אודות ר' יקותיאל דייטש מדוקשיץ — ראה ספר השיחות שם ע' 14. שם ע' 47.
- 23. ראה אודותו לעיל ע' 41. וש"נ.
- 24. ראה ספר השיחות תרפ"חתרצ"א ע' 119.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.