112

חסידים בעדאַרפן וויסן ווער זיי זיינען און פון וואַנען זיי וואַקסן; אַז זייערע טאַטעס און מאַמעס, זיידעס און באָבעס זיינען געווען מסירות נפש מיטגלידער אין דער חב"ד משפחה. זיי — די חסידישע אור אור עלטערן — האָבן מיטגעמאַכט דעם גרעסטן מסירת נפש אויף אויפשטעלן — מיט גט'ס ב"ה הילף — די חסידות חב"ד היימען, און זיי זיינען גילדערנע רינגעלעך אין דעם שלשלת חסידות חב"ד.

עס איז זיכער אַז אַלע פאָטערס און מוטערס וואָס האָבן אין די אַלטע צייטן — בשעת די התחלת התיסדות חסידות חב"ד — דורכגעלעבט שווערע ליידען און רדיפות יאָרן, האָבן זוכה געווען צו דעם ריכטיקן עולם הבא שכר, אַז זייערע נשמות צוזאַמען מיט די נשמות פון זייערע קינדער — חסידים נשמות, זיינען זיך מתענג אין עדן גן אלקים, אין די היכלי הקודש פון אבותינו רבותינו הקדושים; און זיינען מעורר רחמים אויף זייערע קינדס קינדער אַז זיי זאָלן מצליח זיין בכל עניניהם בגשמיות וברוחניות.

ו. די חסידות חב"ד מסירות נפש הנהגה און הדרכה, האָט בעלויכטן דעם עדת החסידים און האָט געשאַפן די חסידות חב"ד היימען. יעדער פון משפחת חסידי חב"ד, זין און טעכטער, האָט מיט אַ איבערגיגעבענעם מסירות נפש אָפּגעהיט דעם חב"ד חסידישען פירונג אין עניני הנהגת הבית און אין דער הדרכה פון די קינדער; און אַ דאַנק זייערע מסירות נפש הנהגה, האָבן זיי — בעזרת השם יתברך — דורך געפירט אַלעס, און האָבן זוכה געווען צו בנים ובנות דורכגעדרונגענע מיט מדות חסידות.

עס איז פאַראַן אַ גאָר אַלטער וואָרט, וואָס חסידי חב"ד הראשונים האָבן איבערגעגעבן ביים פאַרבריינגען מיט אינגערע חסידים בזמנם, וואָס זיי האָבן געהערט פון הוד כ"ק רבינו הזקן ווען ער איז דעם ערשטען מאָל געקומען פון מעזריטשער מגיד18:

עיקר החסידות איז מדות טובות. ניט השכלה — חכמה, ניט הבנה — בינה, ניט השגה — דעת, איז עיקר חסידות חב"ד. דער עיקר חסידות חב"ד איז מדות טובות. נאָר בכדי עס זאָל זיין מדות טובות בעדאַרף מען האָבן מוחין — שכל — אָבער דאָס — מוחין ושכל — זיינען מער ניט ווי צוליב מדות טובות. דער עיקר איז מדות טובות, און צוליב דעם האָט מען געגעבן מוחין.

אין אָט דער תורה האָט הוד כ"ק רבנו המגיד ממעזריטש איבערגעגעבן להוד כ"ק רבינו הזקן דעם יסוד ועיקרי החסידות וואָס הוד כ"ק רבינו הבעש"ט האָט מגלה געווען.

עס טוט זייער וויי צו ריידען ברבים און בפרטיות אין דעם ענין פון דער הנהגה והדרכה וואָס די צעירי חסידי חב"ד — אין דער חומריות גופניות רעש'דיקער מדינת אַמעריקע — זיינען זיך אַליין מדריך און מתנהג.

די הנהגה און הדרכה וואָס די אַמעריקאַנער צעירי וזאטוטי תלמידי התמימים זיינען זיך מתנהג און מדריך, איז בעגרינדעט אויף דעם הגברת החומר על הצורה: איך וויל, איך דאַרף, מיר קומט.

דאָס איז דער הונטערגרונט פון אַמעריקאַנער זאטוטי תלמידי התמימים פון גרויס ביז קליין. פון דעם בחיר התלמידים — בעיני עצמו — ביז דעם קלענסטן, שרייט אין לערנען מיט קולות

הערות

  1. 18. עוד דברים שאמר או עשה כשחזר ממעזריטש — ראה לעיל ע' 23 הערה 7. וש"נ.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.