111
הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק ברבים בכלל און ביחידות בפרט, דעם סדר הלימוד ועבודה פון הוד כ"ק רבינו הזקן. פאַר מעזריטש איז הוד כ"ק רבינו הזקן געווען אַ של"ה איד15, געדאַוונט אין של"ה'ס סידור; און קומענדיק פון הוד כ"ק רבינו המגיד ממעזריטש וויסענדיק שוין ווער ער איז — אַ נשמה חדשה16 בגילוי — און וואָס פאַר אַ עבודה האָט מען אויף אים אַרויפגעלייגט מלמעלה און וועלכע כוחות עצמיים ופנימיים האָט מען אים צוליב דעם געגעבן, ווי אויך וועלכע מסירתנפש נסיונות ער וועט מוזן דורכגיין, האָט הוד כ"ק רבינו הזקן זיך איבערגעגעבן מיט אַ מסירת נפש עצמי אויסצופירן די כוונה עליונה17.
ביי די חב"ד חסידישע מסיבות ווערן דערציילט סיפורים און דברי תורה וואָס די זקני חסידי הוד כ"ק רבינו הזקן האָבן מקבל געווען פון הוד כ"ק רבינו הזקן און האָבן דאָס איבערגעגעבן מדור לדור בדיוק האותיות.
ווי עס איז שוין גערעדט געוואָרן מערערע מאָל ביי פאַרשידענע מסיבות איז בעפאָר הוד כ"ק רבינו הזקן איז געגאַנגען דעם ערשטן מאָל צו הוד כ"ק רבינו המגיד ממעזריטש האָט ער געהאַט אַ חדר יונגעלייט תלמידים וועלכע ער האָט מדריך געווען, און ווען ער איז צוריקגעקומען פון מעזריטש18, האָט ער זיי מגלה געווען דעם נייעם דרך אין עבודה, און האָט אָנגערופען זיינע תלמידים: חסידי חב"ד.
ה. ווי עס איז דערמאָנט אין אַנדערע שיחות איז באַלד ווי הוד כ"ק רבינו הזקן איז געקומען מביקורו במעזריטש18 האָט ער אָנגעהויבן זאָגן תורה חסידות אויף אידיש און זייער קורץ, ווי עס איז פאַרצייכנט אין אַן אַנדער אָרט באריכות אַז חסידות חב"ד איז בעיקרה מוחין — השכלה — אָבער די כוונה פנימיות פון דער השכלה איז עס זאָל זיין גילוי המדות.
אין דער התגלות תורת החסידות איז פאַראַן אַ סדר אמרים — "ווערטער" — בקיצור מופלג און אין אידיש19. שפּעטער מיט יאָרן זיינען געווען מאמרים קצרים אויף פסוקי תנ"ך, מאמרי חז"ל, מאמרי הזוהר20 — באַוואוסט אונטער דעם נאָמען "די להבין'ס"21. און תורת חסידות חב"ד און עבודת החסידות האָט אָנגעפילט די קעפּ און הערצער פון חסידי חב"ד מדור לדור — ברוכים יהיו הם ובני ביתם בתוך כלל אחב"י ה' עליהם יחיו.
די עטליכע ווערטער וואָס זיינען דאָ געזאָגט געוואָרען, איז חוץ דעם וואָס זיי זיינען זייער וויכטיג און נוגע צו וויסן ווי אַזוי עס איז געווען די הנהגת החסידים בכל דור ודור, איז דאָס אויך אַ הוראה בחיים פון חיי החסידים בהוה.
הערות
- 15. ראה שיחת פורים שנה זו (לעיל ע' 99). וש"נ.
- 16. ראה שיחת ש"פ וישב כ"ו כסלו תש"ו (לעיל ע' 22). וש"נ.
- 17. ראה גם שיחת יום א' דחג הפסח תש"ו (לעיל ס"ע 27). רשימה דש"פ נצבים שנה זו (לקמן ע' 150 ואילך).
- 18. עוד דברים שאמר או עשה כשחזר ממעזריטש — ראה לעיל ע' 23 הערה 7. וש"נ.
- 19. ראה גם שיחת יום ב' דחג השבועות שנה זו. ליל ב' דר"ה תש"ח (לקמן ע' 130. ע' 160).
- 20. ראה גם אגרות-קודש ח"ג ע' שמ. ח"ד ס"ע רעג (הועתק ב"היום יום" טו סיון). "סקירה כללית" בהוספה למאמרי אדמו"ר הזקן — הקצרים ע' תקפט ואילך.
- 21. כו"כ נדפסו במאמרי אדמו"ר הזקן — ענינים.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.