109
ליל שביעי של פסח תש"ז בסעודה
א. נאָך אין די קינדער יאָרן איז ביי מיר געווען אַ סדר אַז אַ שעה אין טאָג, נאָך דער לערןצייט, זאָל איך איבערטראַכטען די רייד וואָס מיין פאָטער האָט מיט מיר גערעדט און דערציילט.
איך האָב שוין אייניגע מאָל דערציילט1 אַז נאָך אין די גאָר יונגסטע יאָרן פלעגט מיך הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק פרעגן: "וואָס געדענקסטו"? וואָס פאַר אַ מענטשן אָדער פּאַסירונגען האָסטו געזען? און כ"ק אאמו"ר הרה"ק פלעגט מיר מבאר זיין דעם תוכן הענין און ערקלערן.
אַמאָל פלעגט מיר הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק זאָגן אַז דער ענין קען איך דיר נאָך ניט ערקלערן. ביסט נאָך צו קינדעריש אויף צו פאַרשטיין דאָס, זאַלסט פון צייט צו צייט איבערטראַכטן וואָס דו געדענקסט, און עס וועט קומען די צייט וועסטו פרעגן וועל איך דיר דאַן זאָגן.
הנהגה זו פעלה עלי כטבע שני לחזור במחשבה והרהור מזמן לזמן את כל אשר שמעתי מהוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק. וכן מה ששמעתי ממלמדי: ר' יקותיאל2, ר' שמשון3, ר' ניסן4, רשב"ץ5; ומהחסידים: ר' חנוך הענדל6, ר' אבא טשאַשניקער7, ר' שמואל ברוך8, ר' מאיר מרדכי טשערנין9, ר' אבא פערסאָן10, ר' מנחם מאַניש מאָנעסזאָהן11, ועוד.
ווי איך האָב שוין אייניגע מאָל דערציילט האָט זיך באַ מיר די דאָזיקע קינדער הנהגה געשטאַרקט מזמן לזמן; און ווען מיין מלמד ר' ניסן נ"ע האָט מיך מעורר געווען צו פאַרשרייבן די סיפורי מעשיות12 וואָס איך האָב זוכה געווען צו הערען מהוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק, האָט זיך ביי מיר אָנגעקליבן צענדליקער כרכים.
ב. אין די זכרונות פון אַ מענטשן בכלל און אַ חסידישן מחונך בפרט איז ניט פאַראַן קיין פאַרגעסענער עבר, עס איז אַלץ אַ לעבעדיקער אריכותימים'דיקער הוה.
חסידי חב"ד עלטער עלטער זיידעס האָבן איבערגעגעבן — באַ פאַרשידענע זמני התועדות — זייערע קינדער און אייניקלעך — די דברי תורת החסידות, אמרי קודש, דברי התעוררות, עניני עצות ותיקוני תשובה ודרכי הנהגה וואָס זיי אַליין האָבן זוכה געווען צו הערן אויף יחידות, ווי אויך אין די זמני
הערות
- 1. ראה שיחת ליל אחש"פ תש"ו (לעיל ע' 41). וש"נ.
- 2. ראה אודותו לעיל שם.
- 3. ראה אודותו לעיל ע' 66.
- 4. ראה אודותו לעיל ע' 41.
- 5. ראה אודותו לעיל ע' 12.
- 6. ראה אודותו לעיל ע' 17.
- 7. ראה אודותו לעיל ע' 89.
- 8. ראה אודותו: שיחת חג הפסח תרצ"ד סט"ו. ספר השיחות תרפ"חתרצ"א ע' 97. וש"נ. נזכר לקמן ע' 114. ע' 137. ע' 239. ע' 241. ע' 369.
- 9. ראה אודותו לעיל ע' 89. וש"נ.
- 10. ראה אודותו "התמים" חוברת ו ע' ח [רעא, ב] ואילך. ספר השיחות תר"פתרפ"ז ע' 248. וש"נ. שיחת יום ב' דחה"פ תש"ח (לקמן ע' 207 ואילך).
- 11. ראה אודותו — אגרות-קודש ח"ד ע' קפ. וש"נ. ספר השיחות תרפ"חתרצ"א ע' 235. ע' 238.
- 12. ראה רשימת היומן של רבינו מיום ג', ד' תשרי תרנ"ב ואילך (סה"מ תשי"א ע' 294 ואילך). שיחת י"ב תמוז תש"ח (לקמן ע' 240. וש"נ).
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.