108

וואָס איז דער חילוק פון מיר ביז בנציון'ען35 (המשרת של אדמו"ר מהר"ש נ"ע שהי' קפדן גדול), אַז איך זע אויף איינעם אַ עוולה ווער איך אויך אין כעס אַזוי ווי ער, ביז יענעם דוקר זיין, נאָר איך לייג אָפּ דעם כעס אויף אַ שעה און אַ מינוט, דעמאָלסט זע איך אַז (דער כעס) איז געווען אַ שטות.

איך גידיינק ווען איך בין נאָך געווען אַ קינד און דער טאַטע האָט געפּראוועט דעם סדר ביי דער באָבען (הרבנית רבקה אשת אדמו"ר מהר"ש נ"ע) אין הויז, האָט מען צו שפוך חמתך געעפענט אַלע טירען פון די חדרים, פון דעם חדר וואו מען איז געזעסען ביז די ערשטע טיר פון גאַס36, מ'האָט געשיקט שלוחים — מהמסובים אל השולחן — חשובים עפענען די טירען, הגם אליהו הנביא קען אַליין טרעפען אין אַ אידישע הויז, אָבער מען דאַרף גיין אַליין עפענען אַריינלאָזען אליהו הנביא. די אמונה פשוטה גיט אַריין אַ תוקף אין השגה.

איינמאָל, ווען איך בין נאָך געווען אַ קינד, בין איך געגאַנגען עפענען די טיר, איין טיר איז געווען אַ דאָפּעלע, האָב איך די ערשטע געעפנט די אַנדער העלפט, האָט מען געדאַרפט עפענען פון אויבען, האָב איך זיך געשטעלט אויף אַ שטול און נאָך אַלץ ניט געקענט דערלאַנגען, האָט מיר דער טאַטע אויפגעהויבען. אַראָפּגייענדיק פון שטול האָב איך אַזוי ווי אָפּגעזיפצעט פון אָנשטרענגונג, רופט זיך אָפּ דער טאַטע: אַריינצולאָזן אַ איד אין הויז — אליהו הנביא, דאַרף מען זיך אָנהאָרעווען.

אח"כ אמר אד"ש: איך וואָלט וועלען גיין עפענען נאָר... וצוה לרש"ל37 ועוד מהמסובים לילך בתורת שליחות לפתוח הדלת.

בב' לילי הסדרים מזגו כוס אליהו הנביא אחר בהמ"ז38.

כד. אחר גמר אמירת ההגדה אמר כ"ק אד"ש: מאָרגען דאַרף מען זיך ניט איילען. מ'קאָן גיין אין וואַסער, לערנען חסידות פאַרן דאַוונען און נאָך דעם גייען דאַוונען, [.. . ] נעמען אפי' עס אין די אַרבעט.

הערות

  1. 35. ראה שיחת ליל ש"ק פ' נח שנה זו (לעיל ע' 83).
  2. 36. ראה ספר השיחות תש"ד ע' 81 (הועתק בספר התולדות אדמו"ר מהר"ש (קה"ת, תש"ז. תשנ"ז) ע' 72). הגש"פ עם לקוטי טעמים ומנהגים ע' מג.
  3. 37. ראה אודותו לעיל ע' 9.
  4. 38. ראה הגש"פ הנ"ל ע' מב: "מזיגת כוס זה [כוס של אלי'] אחר ברהמ"ז (חוץ מזמנים ידועים — שיחת חה"פ תש"ג [ספר השיחות תש"ג ע' 58]". בשנות תש"ג, תש"ד ותש"ה מזג רבינו את כוסו של אליהו לפני ברכת המזון (ספר השיחות תש"ג שם. תש"ד ע' 92. תש"ה ע' 84). בליל א' דחה"פ תש"ח, וב' הלילות דחה"פ תש"ט — אחר ברכת המזון (לקמן ע' 200. ע' 318). וראה ספר השיחות תשמ"ט ח"א ע' 391 הערה 78: "מזיגת כוסו של אליהו. . שייכת לחלקו השני של הסדר שקשור עם הגאולה העתידה, שלכן מזיגת הכוס בדרך כלל היא לאחרי ברכת המזון, ורק בזמנים ידועים היו מוזגים הכוס לפני ברכת המזון". ובשוה"ג שם: "ולאחרונה — נהגו כן (למזוג לפני ברכת המזון) בכל פעם". וראה גם שיחת ש"פ קורח תשד"מ (התוועדויות תשד"מ ח"ג ע' 2037).

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.