107
נאָכדעם ווי ער איז מיט מיר מיטגעפאָרען און דער טאַטע איז דאַמאָלסט געווען אין אויסלאַנד, אין האַמבורג27, איז ר' אשר ספּעציעל געפאָרען אין האַמבורג צום טאַטען איבערגעבען אַז ער האָט אָפּגעטאָן די שליחות ע"ד ווי עס שטייט וישב משה את וגו'28. דער טאַטע האָט דאַמאָלסט געזאָגט אַ מאמר ביחידות פאַר ר' אשר'ן29, נאָכן מאמר רופט זיך אָפּ ר' אשר: ניע בעריאָט, אַ גראָבע פעל (אמר זאת על עצמו). ואמר לו אדמו"ר נ"ע: בעריאָט...
אַמאָל30 איז דער טאַטע געווען אין מענטאָן31 (והי' אז בימות החורף ושם האויר חם כמו בקיץ) איז געקומען ר' זלמן זלאַטאָפאָלסקי32 מיט אַ גרויסען טאָפונעם פוטער (כי נסע מרוסי' בעת הקור גדול), ער איז געקומען זייער פרי, פאַרטאָג, איז ניט געווען שייך ער זאָל קענען אַריינגיין באַלד צום טאַטען, איז ער אַריינגיגאָנגען אין גאָרטען פון דעם הויז וואו דער טאַטע האָט געוואוינט, אַוועקגעזעצט זיך אויף אַ באַנק און פאַרדבק'ט זיך אין אַ ניגון. אַ זייגער 76 הערט דער טאַטע אַז מען זינגט, עפּעס אַ באַקאַנטער קול אַזוי ווי זלמן זלאַטאָפאַלסקי, דער טאַטע גייט אַריין אין גאָרטען, ערשט ער זעט ווי ר' זלמן זיצט אויף אַ באַנק שטאַרק פאַרטראַכט און זינגט אַזוי האַרציג אַ ניגון, האָט דער טאַטע אים ניט געוואָלט מבלבל זיין און האָט איהם אַזוי געלאָזען ניט באַמערקטערהייט.
דער טאַטע האָט נאָכדעם געזאָגט, אַז ביי אים איז ברור, אַז ר' זלמן האָט דאַמאָלסט געטראַכט אַ מאמר חסידות וואָס ער האָט געהערט פון טאַטען (אדמו"ר מהר"ש נ"ע).
דער טאַטע האָט געזאָגט אויף ר' זלמן'ן: ער איז אַ מקבל פנימי, פון טאַטען (מהר"ש נ"ע) האָט מען געקענט מקבל זיין, נאָר ער איז געווען אַ מקבל פנימי.
הרב ר' יעקב מרדכי33 האָט מקבל געווען אין לב און פון לב איז דאָס דערגאַנגען אין מוח, ר' זלמן האָט מקבל געווען אין מוח און פון מוח איז דאָס דערגאַנגען אין לב.
כג. שפוך חמתך אל הגוים.
קודם אמירת שפוך חמתך התבונן כ"ק אד"ש זמן מה ואח"כ אמר:
זכרון מאַכט דעם עבר פאַר אַ הוה: אַז מען איז זיך מצייר דעם עבר ווערט דער עבר אַ הוה, במילא ווערט דער הוה אַן אַנדערער. אַז מען איז זיך מתבונן אין דעם עתיד, ווי מען וועט זיך דעמאָלסט דערמאָנען דעם עבר, ד. ה. דעם יעצטיגען הוה, איז וואָס פאַר אַ פנים וועט דאָס האָבען, במילא דאַרף דער הוה ווערען אַן אַנדערער.
דער פעטער רז"א34 פלעגט זאָגען:
הערות
- 27. רובו של שנת תרס"א שהה כ"ק אדמו"ר מהורש"ב נ"ע בחו"ל — ביום ב', ד' כסלו נסע לוועריסהאפען אצל מינכען, וביום ב', ט' סיון הגיע לבאד האמבערג — ראה ספר השיחות תרפ"חתרצ"א ע' 100. וש"נ.
- 28. יתרו יט, ח.
- 29. ראה גם שיחת ליל ב' דחג הפסח תש"ח שם (לקמן ע' 207).
- 30. מכאן עד סוף הסעיף הועתק מהנחה אחרת.
- 31. ראה גם שיחת יום ש"ק חוהמ"ס תש"ז (לעיל ע' 69 ואילך). וש"נ.
- 32. ראה אודותו לעיל שם. וש"נ.
- 33. בעזפאַלאָוו, רב בפּאָלטאַווע. ראה אודותו לעיל ע' 11.
- 34. ראה לעיל ע' 5. וש"נ.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.