104
אלא בדעת4, אַז מען איז אַ למדן איז מען דאָך אַ עשיר ובפרט אַז מען איז אַ גרויסער למדן איז מען דאָך אַ גרויסער עשיר.
הוד כ"ק רבינו הזקן האָט געזאָגט לבנו הוד כ"ק רבינו האמצעי ולהוד כ"ק רבינו אאזמו"ר הרה"ק צמח צדק אַז דעם פי' המלות פון הא לחמא עניא האָט ער זיך דערוואוסט אין מעזריטש.
ד. הוד כ"ק רבינו הזקן האָט מקבל געווען פון מעזריטשער מגיד בשם רבו הבעש"ט נ"ע, אַז אין די פיסקא הא לחמא עניא וכו' זיינען דאָ כ"ח תיבות בגימטריא כח; ביז נאָך די ווערטער לשנה הבאה זיינען דאָ כ"ו תיבות בגי' שם הוי'. דער פי' איז, אַז דורך וואָס מען איז מגלה דעם כח הוי' אין אַ פנימיות, ווערט מען בני חורין.
ה. מה נשתנה.
ווען איך בין נאָך געווען אַ קינד האָט דער טאַטע מיר געלערענט ווי צו זאָגען מה נשתנה מיט'ן נוסח:
טאַטע איך וועהל באַ דיר פרעגין די פיהר קושיות.
הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט דערציילט אַז ער האָט געהערט פון זקנו הוד כ"ק אאזמו"ר צמח צדק בשם זקנו הוד כ"ק רבינו הזקן אַז ער האָט מקבל געווען ממורו הרב המגיד ממעזריטש בשם מורנו הבעש"ט אַז דער נוסח השאלה פון די פיהר קושיות איז אין צוויי פערשידענע אויסשפּרעכין, איין אויסשפּראַך איז "טאַטע איך ויהל באַ דיר פרעגין די פיהר קושיות" און די צווייטע אויסשפּראַך איז "טאַטע איך וועהל באַ דיר פרעגין די פיהר קושיות".
הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט מקבל געווען רבי מרבי אַז הן דער נוסח טאַטע איך ועהל באַ דיר פרעגין די פיהר קושיות און הן דער נוסח איך וויהל באַ דיר פרעגין די פיהר קשיות, איז מיט'ן וואָרט "טאַטע" מיינט מען דאָ אב ישראל, וואָס אַלע אידען פרעגען ביי דעם אויבערשטען די פיהר קושיות.
דער חילוק איז דעם אופן השאלה, אָבער אַלע זאָגין איין נוסח אין דעם קריאת שם טאַטע, יעדער איד דערהערט דעם אמת לאמתו אַז אב אחד לכולנו.
ו. הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט דאַן גיזאָגט אַז די פיהר קשיות זיינען כנגד ד' אותיות פון שם הוי', און אַז די קשיות זיינען דאָפּעלע. און האָט מסיים געווען: אַז דו וועסט ווערען גרעסער וועסט דו עס פאַרשטיין.
אַז איך בין עלטער געוואָרען האָב איך פאַרשטאַנען וואָס הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט מיר דאַמאָלסט געזאָגט, אַז די פיהר קשיות זיינען כנגד די אותיות פון הוי' הוי' און דערפאַר זיינען די קשיות כפולים, וואָס די כוונה איז מאַכען — פון הוי' אלקים, הוי' הוי'.
די כוונה פון גלות מצרים, ווי אויך פון די אַנדערע גלות'ן איז ניט קיין ענין פון אַ עונש, נאָר וואָס דורכדעם ווערט מען אַ כלי צום גילוי אור הוי'.
ז. וכל המרבה לספר ביציאת מצרים הרי זה משובח.
איך האָב שוין דאָס עטליכע מאָל דערציילט5, נאָר מצד החביבות וויל איך דאָס איבערזאָגען.
הערות
- 4. נדרים מא, א.
- 5. ראה שיחת ליל ב' דחגה"פ תש"ו ס"ב (לעיל ע' 32). וש"נ.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
מקורות הגמרא שבעמוד זה נפוצים מדי או ייחודיים לו, ולכן אין לו עמודים מקושרים.