103
דאָך דער רב פועל אין דעם תלמיד, וואָס ער איז מעמיד אַ תלמיד, ובפרט אַז די תלמידים זיינען רבנים, איך מיין ניט אין דעם וואָרט, סתם רבנים, נאָר וואָס דער תלמיד איז שוין אַליין בבחי' רב, בבחי' משפיע.
עוד זאת, אַז די תלמידים קומען צו זייער רבי'ן און דערציילן וואָס זיי האָבן אויפגעטאָן. און דאָס איז די כוונה, עד שבאו תלמידיהם ואמרו להם רבותינו הגיע זמן ק"ש וכו', דאָס זיינען זיי געקומען דערציילן וואָס זיי האָבן אויפגעטאָן.
עס איז ידוע דער וואָרט, אַז דער אַלטער רבי האָט געהאַט אַ זון דעם מיטעלן רבי'ן, במילא איז ער דאָך געווען אַ טאַטע, אָבער די שלימות פון טאַטן איז אין אייניקל.
ג. רבי אליעזר אומר מנין וכו' אמור מעתה במצרים לקו וכו'.
אחד מהמסובים אמר ההגדה בקול רם ומיילל קצת, ובהגיעו לפיסקא זו, הפסיק אותו אחד מזקני החסידים שישב אצלו מנוכח השולחן: וואָס קלאָגט איר אַזוי ביי די מכות פון די מצריים?
והעיר ע"ז כ"ק אדמו"ר שליט"א: זיי דאַרפן טאַקע זיין בפועל, וועט דעמאָלסט זיין די אמת'ע שמחה.
ד. אחרי סיום ההגדה, לשנה הבאה בירושלים, אמר כ"ק אד"ש:
דער אויבערשטער זאָל אונז באַצאָלן די חוב דעם יאָר. דער אויבערשטער איז אונז אַ בעל חוב, ער האָט אונז צוגעזאָגט בריינגען משיח'ן, זאָל ער אונז אים טאַקע בריינגען דעם יאָר. גענוג געקאָרמעט אונז מיט הבטחות, עס איז שוין שווער אַריבערצוטראָגן, דער ביטערער גלות איז אַריין אין די ביינער, ער איז שוין דערעסן געוואָרן ווי אַ ביטערע ציבעלע3, זאָל דער אויבערשטער באַצאָלן דעם חוב און בריינגען משיח דעם יאָר.
ליל ב' דחה"פ תש"ז1
א. הא לחמא עניא.
הוד כ"ק רבינו הזקן איז געווען אַ של"ה איד2. אַ גאַנץ יאָר האָט ער זיך געפירט עפ"י סידור השל"ה, במועדים האָט ער געהאַט כוונות נוספות.
ב. הוד כ"ק רבינו הזקן האָט געזאָגט קומענדיק פון מעזריטש3 אַז אין מעזריטש האָט ער מקבל געווען אַ השפעה עצמית אין ידיעת אלקות, השגת אור תורה דעם נועם אמיתי אין השגה, אַז יעדע השגה האָט געלעבט מיט אַ חיות פנימי; און דער חיות איז אַ חיות פון להחיות, עס איז ניט נאָר וואָס עס לעבט נאָר עס באַלעבט.
ג. אין די עניני תורה ועבודה ופירושם וואָס הוד כ"ק רבינו הזקן האָט מקבל געווען אין מעזריטש, האָט רבינו הזקן מקבל געווען דעם פירוש המלות פון הא לחמא עניא, עס איז דאָך אין עני
הערות
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.