102

מיר לעבן באמונה פשוטה, עס איז ניטאָ קיינע חילוקים פון די מדינה און די מדינה, אַ למדן, אַ איש פשוט, אַ תהלים איד — דער רבי איז דאָ מיט אונז.

מ'זאָגט אַז חסידים האָבן ניט קיין דרך ארץ. באמת בפנימיות זיינען חסידים יע בעלי דרך ארץ, מיר זיינען דעם רבי'נס אידן, מיר ווייסן גאָר ניט; מיר דאַרפן וויסן אַז מיר האָבן מס"נ אויף דעם רבי'נס אַ וואָרט חסידות, מען דאַרף זיך ניט רעכענען מיט אַלע זייטיקע ענינים, מיר זיינען דעם רבי'נס, מילא אַז דער רבי איז דא, דאַרף דער דרך ארץ גאָר זיין אַן אַנדערער.

... עס זאָל נמשך ווערן חיי החיים ניט אין גן עדן העליון נאָר חיים ממש.

ז. צוה לנגן את הניגון הידוע של ארבע הבבות, וניגנו בדביקות גדולה וכ"ק אדמו"ר שליט"א בכה הרבה בעת הניגון.

ח. בירך: דער אויבערשטער זאָל העלפען אַלע אנ"ש את אשר ישנו פה ואשר איננו פה, בבני חיי ומזוני רויחא בתוך כלל ישראל.

הוי' הוא האלקים23, הוי' זאָל מאיר זיין בגילוי למטה, למעלה מהטבע זאָל מאיר זיין אין טבע, אַז אין טבע ממש זאָל נמשך ווערן — בגשמיות — דער למעלה מהטבע.

דער אויבערשטער זאָל געבן ברכה מרובה בגשמיות, עס זאָל קענען זיין עבודה רוחניות בשמחת לבב.

דער אויבערשטער זאָל העלפן עס זאָל נמשך ווערן אַ חיות פנימית על כל השנה.

הערות

  1. 23. ואתחנן ד, לה. ועוד. וראה סה"מ תרפ"ט ע' 228. ובכ"מ.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.