100
איד איז, מען דאַרף האָלט האָבן אַ אידן ווייל ער איז אַ איד, דער תשלום שכר ע"ז איז אהבת השם; ניט מצד עבודה נאָר אהבה עצמית. דער אויבערשטער זאָגט: דו האָסט האָלט מיינע קינדערלעך — בין איך זיך צו דיר מתגלה, עצמות איז זיך מתגלה.
דער רבי ווען ער איז געקומען פון מעזריטש האָט ער מיט זיך געבראַכט חבילות חבילות7 של אור עצמי, ניט התפשטות האור, וואָס דאָס האָט אַרומגענומען פון פנימיות המוח ביז צו די נעגל (בלשון הזה קבלתי).
עס איז ידוע דער וואָרט וואָס דער רבי האָט אַמאָל געזאָגט אַז אַ געשמאַק אין תורה ועבודה איז דורך עבודה בפועל.
אַמאָל האָט מען געלעבט מיט אַ וואָרט, מ'האָט געהאַט אַ געשמאַק אין אַ וואָרט. עס איז געווען השכלה, השגה, עבודה בפועל; נאָר געלעבט האָט מען מיט אַ וואָרט.
ג. מ'דאַרף נעמען משקה, שיכור דאַרף מען ניט ווערן8, מ'דאַרף ניט געבן דעם נפש הבהמית, מ'דאַרף משמח זיין דעם נפה"א עס זאָל זיין בהתפשטות און ניט בכיווץ.
ליידיק דאַרף מען ניט שטיין, אָדער נעמען משקה אָדער זינגען אַ ניגון9.
ד. אַמאָל ביי אַ פאַרבריינגען וואָס דער טאַטע האָט פאַרבראַכט — הייתי אז בן י"א י"ב שנה ועמדתי אחורי הכסא של כ"ק אדמו"ר נ"ע כי יראו להעמיד אותי נגדו כי יראו מפני הדוחק שמא יבלבלו — האָט ער דערציילט פון עלטער זיידען דער רבי דער צ"צ, וואָס דער רבי דער צ"צ האָט דערציילט פון די סיפורים וואָס דער אַלטער רבי האָט אים דערציילט, ובתוכם, פון די מס"נ וואָס דער אַלטער רבי האָט געהאַט אויף אהבת ישראל.
דער אַלטער רבי איידער ער איז געגאַנגען אין מעזריטש איז ער געווען מיוסד אין גליא שבתורה ד. ה. גרונטיג — דאַכט זיך עס איז ניט געווען קיין ווינקעלע וואו עס איז ניט געווען דורכגעטאָן אין פאַרשטאַנד; חיות אין מצות — אַ איד וואָס איז אַ שומר תורה ומצות, האָט חיות אין מצות; צוגעקומען איז אים אין אהבת ישראל.
ער האָט דאַן אַרומגערעדט ג' מיני אהבות: אהבת השם, אהבת התורה, און אהבת ישראל, און אַרומגערעדט די ג' מיני אהבות עפ"י נגלה, עפ"י קבלה ועפ"י חסידות. ואמר: אהבת ישראל דאָ תרעא לאעלאה10, האָלט האָבן אַ אידן ווייל ער איז אַ איד11 — ניט קוקן אויף זיין התפשטות נאָר אויפן עצם.
ווען מען זעט אַז יענער פירט זיך ניט כדבעי, דאַרף אים וויי טאָן די האַרץ. און דאָס איז תיסרך רעתך12: דאָס זעט ער פון זיין רע; דער עצם ביי יענעם איז
הערות
- 7. ראה גם ספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 206.
- 8. ראה גם שיחת יום שמח"ת שנה זו ובמקומות שצויינו שם (לעיל ע' 79).
- 9. ראה גם שיחת יום שמח"ת שנה זו ס"ג (לעיל ע' 77).
- 10. ראה גם שיחת ל"ג בעומר תש"ח ס"ג (לקמן ע' 225). ובספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 20: "אהבת ישראל דאָס איז דער ערשטער טויער, וואָס פירט אַריין אין חצרות הוי'".
- 11. ראה שיחת ליל אחרון של פסח תש"ו (לעיל ע' 40). וש"נ.
- 12. ירמי' ב, יט.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.