98
רבינו הזקן בפנים צהובות ויאמר לו: הנותן גמ"ח לאיש ישראל בלבב שלם בלי שום פני', והעושה טובה לישראל באהבה כצווי ואהבת לרעך כמוך, שערי היכלי מעלה פתוחים לפניו60.
כשסיפר61 הוד כ"ק הרה"ק צמח צדק את הסיפור הזה לבנו הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש — בשנת תרט"ז — אמר לו: מיט דעם וואָס מען העלפט אַ אידן אין פרנסה, אפילו פאַרדינען זיבעציג קאָפּיקעס62 אין אַ קעלבל, עפנט זיך פאַר אים אַלע שערי היכלות העליונים.
בשנת תרל"ט סיפר הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש את כל הנ"ל לבנו הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק ויסיים:
מען בעדאַרף אפילו וויסן די וועג צו די היכלות העליונים, נאָר דאָס מאַכט ניט אויס, דער עיקר דאַרף זיין צו העלפן בלבב שלם מיט אַ געפיהל, האָבן אַ געשמאַק אין אַ טובה טאָן אַ אידן.
כא. עס איז שווער צו ריידן ווי אַזוי דער היינטיגער דאַוונען גייט צו, ווען מען מאַכט דעם קשר, דעם ד' מיטן י', דאַוונט מען פון פאָרנט, מען זאָגט הודו וברוך שאמר און מען איז שוין גרייט צו ברכו, מען גיט אַ געשריי שמע ישראל און מען דאַוונט שוין שמו"ע, מען איז ניט מדקדק צו ענטפערן אמן יש"ר, מען לייגט ר"ת'ס תפילין און עלינו זאָגט מען שוין אין פאליש, און אַז עס מאַכט זיך אַ געשמאַקער דברים שמועס שטעלט מען זיך אָפּ, אויף דעם איז דאָ צייט63.
מען בעדאַרף טאָן אין עבודת התפלה אַזוי ווי עס בעדאַרף צו זיין, מען בעדאַרף אויך פאַרבריינגען. אַ פאַרבריינגען איז ניט די בראַנפען מיטן פאַרבייסען, דער עיקר ביי אַ פאַרבריינגען איז אַז עס זאָל דערנעמען.
נאָך יעדער פאַרבריינגען איז געווען אַ בכן, אשר על כן — מען דאַרף ווערן אַ דאַוונער, מען דאַרף מאַכן אַ קנייטש אין סידור, דאַוונען דאַרף מען אינגאַנצן נאָר מען דאַרף מאַכן אַ קנייטש אין סידור64, פון הודו ביז ברוך שאמר אַ סטאַנציע — חסידים פלעגן אַמאָל פאָרן פערטע קלאַס און גיין צופוס, היינט איז די מאָדע מען פליהט מיט עראָפּלאַנען — פון מודה אני ביז הודו איז אויך אַ גרויסע סטאַנציע.
מען בעדאַרף אָנהויבן גיין אין חדר, מען בעדאַרף קליגער ווערן וועט מען ממילא ווערן פרימער.
כב. רבינו הזקן איז געווען אַ נשמה חדשה13, און דער בעש"ט האָט געוואָלט65 אַז דער אַלטער רבי זאָל אים ניט קענען ווייל ער איז שייך להמגיד, וכשהי' בן ג' שנה והביאוהו להבעל שם טוב האָט ער געהייסן עס זאָל שטיין הינטערן שטאָט גרייט אַ פור אים גלייך אַהיים צו פירן. וכשהביאוהו להבעש"ט הניח ידיו הק' עליו וברכו בברכת כהנים, און האָט געהייסן גלייך אַוועק
הערות
- 60. ראה רשימות הצ"צ לתהלים יז, טו (ע' תריז). — הערה בלקו"ש שם.
- 61. מכאן עד סוף הסעיף הועתק (מאגרות-קודש שם) ב"היום יום" כח סיון.
- 62. מטבע קטנה ברוסיא.
- 63. בהנחה בלתי מוגה: ער עפענט די קעשענע און ער מיינט אַז ער חאַפּט אַריין, ובאמת איז די הנהגה נוגע אים, זיינע בני בית, עס איז אים נוגע אין מסחר, אין זיין לעבן.
- 64. ראה לעיל ע' 93. וש"נ].
- 13. ראה שיחת ש"פ וישב כ"ו כסלו תש"ו (לעיל ע' 22). וש"נ.
- 65. זע די רייד פון ח"י אלול תשה (לקוט כה) [ספר השיחות תש"ה ע' 130 ואילך] באריכות.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.