96
טז. אַ44 טובה טאָן אַ אידן בגשמיות איז העכער ווי פאַרשטיין אַ טיפן ענין אין לערנען, און מכל שכן אַז מען טוט אַ אידן אַ טובה אין רוחניות, אין עסק התפלה און דרכי החסידות והחסידים און אהבת ישראל.
עס איז ידוע וואָס דער בעש"ט האָט געמאָנט אהבת ישראל, אַז אפילו אַ אידן וואָס מען האָט קיינמאָל ניט געזען זאָל מען אויך ליב האָבן45 און טאָן לטובתו מיט אַ פנימיות'דיקער איבערגעגעבנקייט.
פון אַ לב שמח מיט וואָס אַ איש פשוט איז מקיים אַ מצוה אָדער הנהגה טובה האָט דער אויבערשטער מער נחת ווי פון חכמה דאצילות, און דורך דעם איז מען מעלה אצילות העליון46.
יז. מען האָט גערעדט47 אַז — צווישן יו"ד און י"ט כסלו איז די לידה. די התחלה איז פון יו"ד — י"ט כסלו איז דער ברית. ביי אַ ברית זאָגט מען: זה הקטן גדול יהי', דורך וואָס ווערט די הגדלה דורכן דאַוונען. עס איז שוין צייט צו ווערען גדולים, אַרויס פון די קטנות.
געלויבט השי"ת עס איז שוין זעכציק יאָר אַז איך האָב געזען בעלי עבודה חסידים. עס זיינען געווען בעלי עבודה מיט אַ הקדמה און אָן אַ הקדמה, אָבער אַלע אַן אַ קנאַק מיטן פינגער48, אָן התפשטות, אָן רעש.
חסידים פלעגן גיין פאַרן דאַוונען אין וואַסער, ניט נאָר צוליב אַ טבילה המוכרחת על פי נגלה, נאָר צוליב אַ טהרה פנימית49 מיט אַ בקשה להשי"ת ער זאָל רחמנות האָבן און זאָל אים געבן אַ געפיל אין עבודת התפלה בכלל און אין תיקון המדות בפרט.
יח. ביי חסידי חב"ד איז באַקאַנט אַ גאָר אַלטער עבודה וואָרט: השי"ת זאָל געבן אַ לב טוב טאָן אַ טובה דעם צווייטן און מען זאָל אויף זיך ניט פאַרגעסן.
יט. אין יעדער ענין, הן אין עבודה פון לימוד התורה און הן אין עבודת התפלה, איז פאַראַן דער עיקרא ושרשא דכולא, און אַזוי איז אויך אין עבודת חסידות חב"ד פאַראַן דער עיקרא ושרשא דכולא.
דער גאַנצער ענין השכלה און השגה אין חסידות איז צוליב דעם אַז עס זאָל
הערות
- 44. בהנחה בלתי מוגה: די וועלכע טוען פאַר ראַטעווען אידן ניט קוקנדיג אויף זייער ערליכקייט, טוען זיי דאָך ווייל זיי ווילן ראַטעווען אידן, השי"ת זאל העלפען זיי זאָלן דערהערן דעם אייגענעם איך, דעם אדם "איכה" [בראשית ג, ט]: — וואו בין איך [ההמשך בפנים].
- 45. ראה שיחת ליל אחש"פ תש"ו (לעיל ע' 40). וש"נ.
- 46. בהנחה בלתי מוגה: דער אויבערשטער זאָל העלפן מ'זאָל זיין געזונט אין גשמיות וועט מען ממילא זיין געזונט אין רוחניות. דאָ איז פאַראַן אַ אויסשפּראַך: די "אַלטע היים"[ednref_14_*]. די אמת'ע אידישע היים וועט זיין ווען משיח וועט נעמען אַלע אידען און אונז פירען נאָך ארץ ישראל, און דערוויילע דאַרף מען דאָ מאַכען די נייע אַלטע היים].
- 47. זע אויך די רייד פון יו"ד כסלו ה'תש"ז (לקוט כו) ע' 8 [לעיל ע' 87.
- 48. ראה גם שיחת פורים תש"ו (לעיל ע' 24). וש"נ.
- 49. ראה גם שיחת פורים שנה זו ס"א (לקמן ע' 99). [edn_14_*] ראה גם שיחת י"ב תמוז תש"ו (לעיל ע' 52).
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.