95
אויסבריען ברותחין און אויסוואַשן, ביז עס בלייבט ניט קיין זכר פון דעם פריערדיקן לא טוב, און עס ווערט כולו טוב באמת.
אין די שיחות הקודש פון הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, הן אין די שיחות ברבים און הן אין די שיחות פרטיות וואָס ער האָט מיך מזכה געווען, איז דער אור החיים געווען אַז חסידי חב"ד מדור דור האָבן געלעבט אין עבודת התפלה, מיט דעם זיינען זיי געגאַנגען אין מאַרק, געליען אַ גמ"ח דעם צווייטן, זייער גאַנצער מהות איז געווען עבודת התפלה.
דער אויבערשטער זאָל העלפען מען זאָל זיין געזונד אין גשמיות וועט מען ממילא זיין געזונד אין רוחניות.
טו. איינער פון די יסודות עיקרים אין דרכי חסידי חב"ד איז געווען אַז מען איז געקומען צום רבי'ן האָט מען גענומען אַ חיזוק אין עבודה בפועל אין דרכי החסידות, אפילו גאָר גאר פשוט'ע אידן חסידים האָבן מקבל געווען אַ חיות אין דרכי עבודה ופועל42, און אָט דער דרך האָט די גאָר גאר פשוט'ע אידן שטאַרק אויפגעהויבן און אַוועקגעשטעלט אין לעילאולעילא'דיקן מקום און מדריגה חשובה באמת.
חסידים, הן חסידי חב"ד און הן חסידי חג"ת, האָבן מיט אַ בעזונדער חסיד'ישער אהבה און גוטברודערשאפט מחבב געווען און מייקר געווען די חסידים וואָס פאָרן צו רביים. און אַז אַ חסיד פלעגט קומען פון רבי'ן, בלא פלוג צי אַ חב"ד צי אַ חג"ת חסיד, און בלא פלוג פון דעם מהות עצמו פון דעם חסיד, צי אַ למדן צי אַ איש פשוט, איז דער חסיד האורח פלעגט זיצן בראש החבורה און דערציילן וואָס ער האָט געזען ביי דעם רבי'ן אין עניני חסידות ועבודה, און חסידים — רבנים לומדים, מלמדים בני תורה ועבודה — האָבן זיך משתתף געווען אין דער מסיבה.
אין יעדער חסיד לפי מהותו האָט די נסיעה צום רבי'ן פועל געווען אַ פעולה פנימית לפי מהותו, און יעדער לפי ענין מהותו איז געווען אַ עובד ה' מיט אַ חיות פנימי, און דאָס האָט אין יעדער חסיד גע'פועל'ט אַ עילוי, און אַזוי זיינען אַלע חסידים עובדים געוואַקסן מדרגא לדרגא.
אַמאָל איז געקומען אַ פּאָלאָצקער קרעמער, אַ איש פשוט, צום עלטער זיידן, הרה"ק צמח צדק, האָט דער רבי געזאָגט צו זיין זון הרה"ק מוהר"ש ער זאָל פרעגן ווער ער איז, ווען הוד כ"ק הרה"ק מוהר"ש האָט אים געזאָגט ווער דער איד איז, איז כ"ק הרה"ק צמח צדק שטאַרק פאַרוואונדערט געוואָרן און געזאָגט כמה גדול כחה של עבודה בפועל מיט אַ אמת43.
הערות
- 42. בהנחה בלתי מוגה: אַמאָל אַז אפילו אנשים פשוטים זיינען געקומען צום רבי'ן האָבען זיי אויך גענומען, הגם זיי האָבן פון די מאמרים ותורות ניט פאַרשטאַנען קיין סאַך.
- 43. בהנחה בלתי מוגה: וכידוע המעשה אצל הצ"צ וואָס אַמאָל זיינען גיקומען אנשים פשוטים און האָבען געהערט אַ מאמר מכח גמילות חסדים ווי דער רבי האָט אַרומגערעדט די שמונה מעלות בצדקה און דער עיקר איז גמ"ח[ednref_12_*], איז אַז זיי זענען אַהיים געקומען אין ישוב, האָבען זיי ביי זיך אָפּגעמאַכט אַז איינער זאָל דעם צווייטען לייען גמ"ח, הגם זיי האָבען דאָס ניט געדאַרפט, מ"מ לאחר ששמעו מהצ"צ גדלות הגמ"ח האָבן זיי אַזוי געטאָן[ednref_13_**]. ואח"כ כשבאו להצ"צ האָט ער געפרעגט ווער זיי זיינען ולא הכירם כשאמרו לו מי הם, האָט דער רבי דער צ"צ באַוואונדערט ווי זיי זיינען נשתנה געוואָרען מצד המצוה דגמ"ח. [edn_12_*] רמב"ם הלכות מתנות עניים פ"י ה"ז. [edn_13_**] ראה גם ספר השיחות תש"א ע' 45.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.