94

פאַראַן אין יופי גשמי37. איינער איז אַ יפה תואר און דער צווייטער איז אַ יפה מראה38, דאָס זעלבע איז אין יופי רוחני אויך פאַראַן יפה תואר און יפה מראה. יפה תואר ויפה מראה אין רוחניות איז דער יופי אין תורה ומצות און מדות טובות.

אַמאָל אַז מען האָט געגעבען סמיכה אַ רב האָט מען אים ניט נאָר פאַרהערט אין יורה דעה נאָר אויך אין אורח חיים, עס איז ניט נאָר וויכטיג צו וויסען וועגען אַ טרפה'ן טאָפּ והדומה, דער עיקר איז אַז מען זאָל וויסען אויב מען האָט אַ כשר'ע האַרץ און אַ כשר'ן מוח.

במשך הזמן זיינען, לסיבות מסיבות שונות, איינגעפאַלען טעותים עיקריים ביי אלו דמתקריין חסידי חב"ד. אַלע ווייסען אַז חסידות חב"ד איז פאַרשטיין געטליכע פאַרשטאַנדען — השגות אלקית, אָבער די השגות ההשכלה אין אלקות איז געווען צוליב אַ התעוררות הלב בשעת עבודת התפלה.

ביי ליאָזנער ערשטע חב"ד חסידים איז געווען אַ געוויסער וואָרט, עבודת התפלה איז עבודה שבלב, אין האַרצן און מיט דער האַרץ. די חסידים בעלי עבודה זיינען אויך געווען גרויסע בעלי השכלה, אָבער די כוונת ההשכלה איז געווען עבודת הלב39.

יג. דער סדר החיים ביי חסידים איז פון קדמונים אָן געווען אין דעם תורה סדר, אַז התחלת היום הויבט זיך אָן מבערב, ויהי ערב ויהי בקר יום אחד40, אַז מען זאָל דערהערן דעם אחד אין בקר בעדאַרף מען האָבן די עבודה פון ערב.

יד. חסידים בכלל און חסידי חב"ד בפרט זיינען די אמת'ע חכמים צווישן דעם עם הנבחר, וואָס ווייסן ווי אויסצוגעפינען אַ מחלה רוחנית41, און בענוצען אמת גוטע רפואות אין די צוויי אופני רפואה, אָפּצושטעלן די התפשטות המחלה, הן אין דעם אבר וואו די מחלה איז און הן אַז די מחלה זאָל זיך ניט מתפשט זיין אין אַנדערע אברים, וואָס דאָס איז דער עיקר ענין אין דער עבודה פון הכנת התפלה און עבודת התפלה.

די אופני רפואה צו אַ מחלה רוחנית איז בדרך דוגמא ווי די צוויי אופני רפואה צו אַ אבר גשמי, אויסשניידן דעם אָרט וואו די מחלה איז און מחזק זיין די געזונטע אברים אַז זיי זאָלן מחזק זיין דעם אבר המקולקל.

חסידים זיינען בטבע תולדותם בעלי הרגש. מען בעדאַרף ניט אויסריידן בפרטיות און אָנווייזן מיטן גראָבן פינגער, זיי פאַרשטייען אויפן וואונק וואָס מען מיינט, נאָר אָפטמאָל מאַכט מען זיך תמ'וואַטע.

דרכי החסידים איז צו זען אין דעם צווייטען זיינע מעלות, הן אין עבודה און הן אין מדות טובות, און אין זיך די חסרונות, הן אין לימוד ועבודת התפלה און הן אין עבודה בפועל. מען טאָר ניט מצדיק זיין די אייגענע אשפהדרכים, אדרבא מען מוז זיי אויסרייניגן בכל אופני הרייניגונג, אויסשניידן אָדער

הערות

  1. 37. ראה גם ספר השיחות תש"ה ע' 48].
  2. 38. זע תורה אור פ' ויצא ד"ה אם לא תדעי לך. תורת חיים פ' ויצא ד"ה ורחל היתה פרק יא.
  3. 39. [בהנחה בלתי מוגה: עבודת התפלה מיינט מען ניט השכלה, דאוונען מיינט "האַרץ" — דער קאָפּ זאל ליגען אין האַרץ].
  4. 40. בראשית א, ה.
  5. 41. זע אויך קונטרס חי אלול ה'תש"ח (קונטרס ס) ע' 20 [לקמן ע' 264 ואילך.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.