93

עכ"פ לפחות ישתדל לקבל עוז ותעצומות לקנות ולחקוק במוח הזכרון שבנפשו ה' חומשי תורת משה אשר כתב מפי הגבורה שהן שרש כל התורה שבכתב ושבעל פה כולה כנודע32 שרבי עקיבא הי' דורש על כל קוץ וקוץ תלי תלים של הלכות. רק שהן בהעלם גדול בעלמא דאתכסיא, ומעלמא דאתגליא היא התורה שבעל פה עכ"פ לפחות יקנה ויחקוק סדר קדשים הנקרא חכמה בדברי רז"ל33 ומכפר עונותיו של אדם כמ"ש האריז"ל. (ועיין מ"ש ע"פ מפני שיבה תקום והדרת כו' סד"ה שחורה אני ונאוה34).

י. אין דער ברכת הפרידה צייט, אין יאָר תר"ף, האָט מיט מיר הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק אַסאַך גערעדט וועגן דעם מאמר והדרת פני זקן אין לקו"ת אַז דאָס זיינען דברי רבינו הזקן וואָס ער האָט געזאָגט אין אַ תורה ברבים, באַלד נאָכן מעזריטשער מגיד'ס הסתלקות. דער עלטער זיידע און דער טאַטע האָבן פאַר זייער הסתלקות געזאָגט דעם מאמר. לטעם פנימי איז דער סוף המאמר, מפני שיבה תקום, געדרוקט אין דעם מאמר שחורה אני34.

ביי אַ געוויסער געלעגענהייט וואָס איז בפרטיות מבואר אין יומן ג' כסלו תר"פ, האָט מיר הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געזאָגט אַז הוד כ"ק אבותינו רבותינו פלעגן לערנען אַלע טאָג אַ שיעור קבוע תניא, און האָבן געזאָגט אַז דער לימוד און זאָגן אותיות פון תניא איז אַ סגולה צו דעם גילוי פנימי פון נר"נ, און לערנען דעם מאמר והדרת פני זקן אין לקו"ת איז מעורר קבלת הארת יחידה שבנשמה אין אַ פנימיות.

יא. דער סדר פנימי פון חסידים בעלי עבודה איז געווען אַז נאָכן דאַוונען פלעגען זיי מאַכען אַ קנייטש — סימן אין סידור35, אַז ביז דעם קנייטש האָט מען היינט געדאַוונט בדרך החסידות, און דער דאַוונען איז געווען דער עמוד האור, ביי יעדער חסיד לפי ערכו ולפי מהותו, אין דעם טאָגטעגליכען לעבען.

חסידים האָבען געהאַט אַ עונגפנימי אין עבודת התפלה, הגם די עבודתההכנה צו דעם דאַוונען איז געווען אַ מרירות'דיקע, וואָס עס האָט זיך שטאַרק געוויינט אויפן ריחוק פון אַ דערהער — אלקי, אַ געטליכען געפיל, אָבער דער דאַוונען אַליין איז געווען מיט אַ חיות36. אין דאַוונען האָט מען געפילט אַז מען לעבט, כשם ווי עס איז דאָ אַזעלכע וואָס דער סימן אַז זיי לעבען איז ווייל זיי עסען, אַזוי איז געווען ביי חסידים דער געפיל אַז מען לעבט פון עבודת התפלה.

זקני חסידיחב"ד פלעגען דערציילען אַז באַלד ווי הוד כ"ק רבינו הזקן האָט מגלה געווען און מסדר געווען דעם דרך עבודה און השכלה פון חסידותחב"ד, איז ביי חסידים געשאַפען געוואָרען אַ פאָלקס וואָרט: אידען לערנען און דאַוונען, חסידים דאַוונען און טוען, און צוליב דעם אַז מען זאָל האָבען מיט וואָס צו דאַוונען האָט מען במילא געמוזט פריער לערנען.

יב. אין יופי רוחני זיינען פאַראַן געוויסע דרגות, אָט אַזוי ווי עס איז

הערות

  1. 32. מנחות כט, ב.
  2. 33. שבת לא, סע"א.
  3. 34. לקו"ת שה"ש ז, ד.
  4. 35. ראה שיחת ליל שמח"ת קודם הקפות שנה זו (לעיל ס"ע 75). וש"נ.
  5. 36. בהנחה בלתי מוגה: דער אמן איז געווען אַ ?רענענדיגער, דער יהא שמי' רבא מיט אַ קאָך.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

מקורות הגמרא שבעמוד זה נפוצים מדי או ייחודיים לו, ולכן אין לו עמודים מקושרים.