91
לערנען מיט אַ דרךארץ פאַר דעם נותן התורה, דאַוונען מיט אַ געוויסן דערהער אין דעם דע לפני מי אתה עומד10, און אַז מען לערנט חסידות פאָרן דאַוונען ווערט מען באמת צובראָכן פון דער התבוננות כללית, ווער עס שטייט און פאַר וועמען מען שטייט.
ו. חסידים בכלל און חסידי חב"ד בפרט האָבן מנהגים מיוסדים, איינגעפונדעוועטע מנהגים פון קדמונים. יעדער מנהג האָט אַ טעם פנימי. חסידי חב"ד זיינען פנימיות'דיקע בעצם מהותם, ממילא זיינען די מנהגי חסידי חב"ד מנהגים פנימיים. חסידים האַלטן פון פועל, פון טאָן ניט פון ריידן, דערפאַר ריידן חסידי חב"ד ווייניג איבער די טעמי המנהגים, און אַזוי אַרום האָט זיך ביי חסידי חב"ד געשאַפן דער נוסח המורגל אין כמה ענינים, מיט דעם סגנון כללי: "ביי חסידים בעט מען ניט".
— אויף דעם וואָס איינער האָט געזאָגט אַז מען בעדאַרף בעטן זעצן זיך11 — ביי חסידים בכלל בעט מען ניט, אפילו אויף לימוד החסידות בעט מען אויך ניט, די חסידים משפיעים האָבן ניט געבעטן חסידים אַז זיי זאָלן לערנען חסידות. עלטערע חסידים און געוויסע משפיעים פלעגן נאָר ווייזן דעם אמת'ן אור החסידות והבוחר יבחר, וואָס מען האָט ביי חסידים געבעטען און זאגאר געמאָנט איז די התעסקות בעבודת התפלה12.
ז. אין דעם ענין פון עבודת התפלה איז ביי חסידי חב"ד פאַראַן אַ סדר מסודר פון די גאָר אַלטע צייטן ווען שמש החסידות האָט אָנגעהויבן מאיר צו זיין ביי חסידי חב"ד, ווען הוד כ"ק רבינו הזקן האָט זיך דעם ערשטן מאָל אומגעקערט פון זיין רבי'ן המגיד ממעזריטש.
ווען הוד כ"ק רבינו הזקן איז געקומען דעם ערשטן מאָל פון מעזריטש האָט ער געוואוסט אַז נשמתו איז אַ נשמה חדשה13, און נשמתו ווי זי איז אין אצילות העליון איז מאיר בגופו הקדוש בגלוי14, און אַז דאָס אַלעס איז צוליב דעם, אַז ער — דער רבי — זאָל מייסד זיין דעם דרך עבודה פון חסידות חב"ד. האָט הוד כ"ק אדמו"ר הזקן געזאָגט15 אַ תורה ברבים16:
שמע17 ישראל, אַ איד דערהערט, אַז הוי' אלקינו, דער דערהער איז אַז הוי' איז אלקינו, און אלקינו איז הוי'18. און אין דעם דערהער פיהלט מען די ידיעה והכרה עצמית פון ה' אחד.
חסידי הוד כ"ק רבינו הזקן האָבן אין משך פון פילע יאָרן געחזר'ט אָט די תורה ברבים מיט אַ בעזונדער געשמאַק און חיות פנימי.
הערות
- 10. ראה ברכות כח, ב.
- 11. בהנחה בלתי מוגה: נכנסו רבנים אחדים ואמר אחד: מען דאַרף זיי בעטען זיצען.
- 12. בהנחה בלתי מוגה: אמר: לחיים! דער אויבערשטער זאל העלפען בזכות דעם רבי'ן יעדען איינעם מיט זיינע בני בית וואָס ער באַדאַרף.
- 13. ראה שיחת ש"פ וישב כ"ו כסלו תש"ו (לעיל ע' 22). וש"נ.
- 14. ראה "התמים" חוברת ב ע' מג [סט, א]. רשימה ש"פ נצבים שנה זו (לקמן ע' 150 ואילך).
- 15. עוד דברים שאמר או עשה כשחזר ממעזריטש — ראה לעיל ע' 23 הערה 7. וש"נ.
- 16. הובא בשיחת י"ט כסלו תשי"א (תורת מנחם — התוועדויות ח"ב ע' 137).
- 17. ואתחנן ו, ד.
- 18. ראה גם "היום יום" יב חשון. אגרות-קודש ח"ג ע' תקלג.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
מקורות הגמרא שבעמוד זה נפוצים מדי או ייחודיים לו, ולכן אין לו עמודים מקושרים.