90

קינדער און קינדסקינדער, בעלי מדות חסידים.

די זריעה וואָס ר' יקותיאל מלמד האָט פאַרזייט אין מיין קינדערשער הערצל האָט ב"ה שטאַרק מצליח געווען, אַז יעדער סיפור פון סיפורי החסידים האָט ביי מיר געהאַט אַ בעזונדער חשיבות, און בעזיצנדיק אַן ענטוויקלטן פאָרשטעלונגס חוש האָט יעטווידער סיפור וואָס איך האָב געהערט געשאַפן אַ לעבעדיגע בילד פאָרשטעלונג, אַז איך האָב אין מיין כח המדמה ווי געזען די פנימ'ער פון די וועגן וועמען מען האָט דערציילט די סיפורים.

ד. אין פאַרשידענע זמנים איז מיר אויסגעקומען צו דערציילן, לפעמים בארוכה ולפעמים בקצרה, וועגן מיינע איבערלעבונגען און זכרונות פון די גאָר יונגע קינדער יאָהרן.

איך בין געווען אַזוי אַריינגעטאָן אין די ציורים פון די דערציילונגען, אָדער ריכטיגער געזאָגט, די דערציילונגען זיינען ביי מיר געווען אין פאַרשטעלונגס ציור, אַז איך זע ווי מורנו הבעש"ט אָדער דער מעזריטשער מגיד, אָדער רבינו הזקן, הוד כ"ק רבינו האמצעי, הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק צמח צדק אָדער הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש זיצן און ריידן און דערציילן און איך הער און זע זייערע הייליגע פנימ'ער.

די אַלע סיפורי הקודש וואָס איך האָב געהערט פון די אויבנדערמאָנטע חסידים און מיינע ליבע מלמדים אין די גאָר יונגע יאָהרן האָבן ביי מיר געשאַפן אַ געשמאַק צו אַריינטראַכטען טיפער אין די סיפורים, ביז עס איז ביי מיר געוואָרן אַ שטאַרקע תשוקה, ווי איך האָב שוין דערציילט ביי פערשידענע געלעגענהייטן, אַז איך האָב אָנגעהויבן צו פאַרשרייבן וואָס איך האָב געהערט ביי די חסיד'ישע יומי דפגרא פאַרבריינגען.

אַ בעזונדער מקום חשוב אין מיינע פאַרצייכענונגען האָט ביי מיר פאַרנומען די ענינים וואָס איך האָב זוכה געווען צו הערן פון הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק, נוסף אויף די סיפורים וואָס איך האָב זוכה געווען צו הערן פון כבוד אמי זקנתי הרבנית הצדקנית מרת רבקה נ"ע9.

חבילות חבילות סיפורים האָבן זיך ביי מיר ת"ל צוזאַמענגעקליבן אין דעם משך פון די פופציג יאָהר וואָס איך האָב אָנגעהויבן מער אָדער ווייניגער אַריינטראַכטן אין דעם תוכן פנימי פון פערשידענע חסיד'ישע אָדער רבי'שע סיפורים, וואָס יעדער סיפור איז אַ געוויסער חלון וואָס דורך אים שיינט אַריין דער אור העבודה פון דעם שמש החסידות, וואָס דער אור מאַכט ליכטיג אין אַלע פינסטערע ווינקעלעך פון די נגעי בני אדם.

ה. השי"ת זאָל אונז אַלעמען, את אשר ישנו פה ואת אשר איננו פה, דעם כללות קהל החסידים, חסידי חב"ד, חסידי חג"ת וחסידי נהי"ם, בעגליקן אַז מיר זאָלן אַלע זיין עובדי ה' על פי תורת החסידות חב"ד, אין דער עבודה שלמה פון תורה, תפלה און קיום המצות, און מדות טובות באמת.

אין די קינדער יאָרן האָב איך געהערט בשעת די חסיד'ישע התועדות'ן פלעגן זקני החסידים זאָגן: לחיים! השי"ת זאָל זיך אויף אונז מרחם זיין אַז אויף דער עלטער זאָל מען ווערן בעלי עבודה,

הערות

  1. 9. ראה אודותה לעיל ע' 14.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.