89

אאמו"ר הרה"ק און מיינע מלמדים5 ר' יקותיאל, ר' שמשון, ר' ניסן און ר' שמואל בצלאל האָבן מיך מחנך געווען; און די געוויסע חסיד'ישע ספורים וואָס החסידים ר' אבא טשאַשניקער6, ר' חנוך הענדל קוגעל7 און ר' מאיר מרדכי טשערנין8 האָבן מיר דערציילט, האָבן אויף מיר שטאַרק געווירקט לטובה ולברכה.

אין מיינע קינדער יאָהרן, פון ר"ח אלול תרמ"ט, האָב איך געלערנט ביי ר' ניסן סקאַבלאָ, וועלכער איז געווען אַ אויסערגעוויינליכער איבערגעגעבענער און זעלטענער מחנך, ער האָט מיר אַריינגעגעבען אַ חיות פנימי אין די סיפורים וואָס החסידים ר' חנוך הענדל און ר' אבא האָבן מיר דערציילט.

די סיפורים זיינען געווען פערשידענע, און ר' ניסן איז געווען אַ שטאַרקער מדייק אין סדר. האָט ער די סיפורים איינגעטיילט אין געוויסע מחלקות: א) סיפורי הרביים אין צוויי טיילן: 1) סיפורים וואָס די רביים האָבן דערציילט וועגן רביים. 2) סיפורים וואָס חסידים האָבן דערציילט פון זייערע און אַנדערע רביים. ב) סיפורים וואָס חסידים האָבן דערציילט וואָס זיי האָבן געהערט פון זקני החסידים לדורותיהם. ג) סיפורים וואָס האָבן אַ שייכות לחיי הרביים ובני ביתם והנהגתם, וואָס זיי האָבן אַליין געזען און איבערגעלעבט די אַזוי גערופענע "בדידי הוה עובדא" סיפורים. און אָט די אַלע סיפורים זיינען ביי מורי ר' ניסן געווען מיט אַ זעלטענעם סדר.

יעדער מלמד וואָס האָט מיט מיר געלערנט און דערציילט סיפורים פון מיינע הייליגע עלטערן, אבות החסידות והחסידים, האָט ביי מיר געהאַט אַ געוויסע חשיבות, און ועל כולם איז געווען מורי ר' ניסן. זיינע מסודר'דיקע קלאָרדייטלעכע סיפורים האָבן אויף מיר געווירקט, אַז חוץ דעם וואָס איך האָב דעם סיפור פּינקטליך אויפגענומען האָב איך ליב געקראָגן פיל מאָהל איבערצו'חזר'ן און איבערטראַכטן, און לויט מיין קינדערשן פאַרשטאַנד פאַרטראַכטן זיך אין דעם מוסרהשכל אָדער דעם מופתחותך פון דעם סיפור.

ג. מיין ערשטער דרדקי מלמד איז געווען ר' יקותיאל, מיט זיינע ספּעציעלע איינדרוקספולע חינוך — ערקלערונגען איבער די סיפורי התורה פון חומש בראשית, אַז די אַלע סיפורים זיינען ניט נאָר דערציילונגען וואָס עס האָט פּאַסירט מיט אדם הראשון און די הייליגע אבות, מיט די שבטים און משה רבינו וכו', נאָר דאָס איז אַ געוויסע אַיינוואָרצלונג פון אמונת ה', אהבת התורה און אהבת ישראל, וואָס מיט די דריי הויפּטזאַכן לעבט אַ איד אָפּ זיינע יאָהרן און איז מחנך דורות ישרים,

הערות

  1. 5. זע ספר השיחות [קיץ ה'ש"ת] ע' 29. שיחת חי אלול תש"ה (לקוט כה) אות ג [לקו"ד ח"ג תעה, א. ספר השיחות תש"ה ע' 124123]. ועוד.
  2. 6. [ראה אודותו: ספר השיחות תר"פתרפ"ז ע' 253. תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 213. לקמן ע' 109. ע' 137 ואילך. ע' 190. ע' 239. ע' 241. ע' 247. אגרות-קודש ח"ג ע' תב ואילך. ח"ד ע' רעו.
  3. 7. ראה אודותו לעיל ע' 17.
  4. 8. ראה אודותו "התמים" חוברת ז ע' קב [שסט, ב] ואילך. שיחת חג הפסח תרצ"ד סט"ו. וראה גם "התמים" חוברת ג ע' כז [קל, א]. חוברת ה ע' ח [רטז, ב] ואילך. ע' קא [רסג, א]. ספר השיחות קיץ ה'ש"ת ע' 29. 136. 152. תש"א ע' 104. תש"ה ע' 17. ועוד. נזכר כמ"פ באגרות-קודש אדמור מהורש"ב ומהוריי"צ (כנסמן במפתח להנ"ל). לקמן ע' 101.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.