88

י"ט כסלו תש"ז1

א. פון דער צייט — כסלו תרס"ב — וואָס הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט מיך מזכה געווען מיט זיין הייליגן בריף2, אַז אונזער יום טוב יט כסלו איז דער יום טוב של ראש השנה פון חסידות2, איז ביי די תלמידי התמימים נחלט געוואָרן אַז מען בעדאַרף זיך נעמען צו די דרכי עבודה לויט דער הוראה אַז יט כסלו איז ר"ה פון חסידות, און עס איז נחלט געוואָרן אַז פאַר דעם יום טוב של ראש השנה פון חסידות בעדאַרף מען אויך האָבן די הקדמות פון ימי הסליחות און חודש אלול3.

עס זיינען ביי מיר דאָ4 פיל פרקים מיט בעשרייבונגען און פאַרצייכענונגען פון יענעם ראש השנה של חסידות און פון די קומענדיגע יאָהרן, זינט דער בריף פון הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק איז בעקאַנט געוואָרן צווישן עדת החסידים בכלל און תלמידי התמימים בפרט.

אַלע פאַרשטייען די אוממעגליכקייט צו בעשרייבן אין אותיות הכתב די אינערליכע איבערלעבונגען וואָס די קינדערשע און יוגענד זכרונות שאַפן. אין געוויסע מאָמענטן, אפילו וואָכעדיקערהייט, ווערט דער זעכציג יאָהריגער עבר אַ פרישלעבעדיקער הוה מיט אַלע פרישע פרטים, און בפרט דער טיפער אַריינטראַכט אין ימים ההם בזמן הזה.

דער טיפער אַריינטראַכט שטעלט בולט אַרויס דעם הדרתקודש'דיקן לעבן אין אַ תמונה חי'. מען זעהט די הייליגע געזיכט פון הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק די דורכדרינגליכע טיפע און שטריינגע אויגן, מען הערט די הערליך התעוררות'דיקע שטימע, און דאָס מאַכט דעם ווייטן עבר פאַר אַ פרישן הוה.

ב. היינטיקן י' און ח"י כסלו, האָב איך, ווי אַלע יאָהר — זינט מיר האָבן זוכה געווען צום גילוי פנימי אַז י"ט כסלו איז ר"ה לחסידות — זיך מסדר געווען אַז אין די הייליגע טעג זאָל איך מאַכן שעות קבועות בכל יום ויום איבער צו טראַכטן און אָפּפרישן די זכרונות פון מיינע ימי הנעורים וימי האברכות אין ליובאַוויטש שבליובאַוויטש, ווי אויך די זכרונות פון ליובאַוויטש שבגלות — ראָסטאָוו דאַן — אַ משך פון פינף און דרייסיק יאָהר, תרמ"התר"ף.

געוויסע עניני חינוך וואָס הוד כ"ק

הערות

  1. 1. נדפס ע"פ רשימת רבינו עם מ"מ והערות מכ"ק אדמו"ר נשיא דורנו בסה"מ תשי"א ע' 145 ואילך.
  2. 2. זע דעם בריף אין קונטרס ומעין ע' 15 און ווייטער [אגרות-קודש כ"ק אדמו"ר מהורש"ב ח"א ע' רנט.
  3. 2. ראה גם שיחת י"ט כסלו תש"ו (לעיל ס"ע 16 ואילך).
  4. 3. ראה גם שיחת יום ב' דחג הסוכות, י"ט כסלו תש"ו (לעיל ע' 6. ע' 17)].
  5. 4. די רשימה פון די וואָס זיינען געדרוקט — זע "מפתח ספרי אדמו"ר מהורש"ב" הוספה ב.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.