87

החיצון און חנוך מזבח הפנימי, דאָס איז דער חנוך החסידים.

ביידע, עבודת הקרבנות (מזבח החיצוני) און עבודת הקטרת (מזבח הפנימי), זיינען עבודת החסידים, נאָר דער חילוק איז צווישן עבודת המוח און עבודת הלב, התפעלות המוח און התפעלות הלב.

באַ חסידים האָט עבודת הלב אַלעמאָל פאַרנומען דעם גרעסטן אָרט. די עבודת המוח איז מער ניט ווי אַ הכנה צו עבודת הלב, ווייל מוח שליט על הלב בתולדתו6, אָבער די עבודה עיקרית איז עבודת הלב. וואָס אַזוי איז געווען [דער] סדר פנימי ביי חסידים, אַז מען האָט פאַרבראַכט, און דער חסידישער פאַרבריינגען האָט זיך אָפּגעשפּיגעלט אין עבודת התפלה און אין תקון המדות.

אין דעם חנוך פנימי וואָס הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט מיך מחנך געווען אין די גאָר יונגע יאָרן, האָט ער מיר געזאָגט, אַז סיפורי החסידים איז די הטבה כללית וואָס מאַכט פאַר אַ בעל מדות טובות און פאַר אַ עובד השם.

הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט שטאַרק מאריך געווען אין דעם ביאור והסבר הענין, אַז עס זיינען פאַראַן שני אופני הטבה, הטבת הנרות און הטבת הקטרת, קטורת איז ניט אַ בינטל קטורת מקטיר זיין אויפן מזבח, אין קטורת זיינען פאַראַן י"א סממנים, מען דאַרף וויסן וועלכע סממנים און וויפל נעמען פון יעדערן, אַנדערע דאַרף מען צושטויסן, אַנדערע צורייבן, דאָס איז הטבת הקטורת, אויך אין הטבת הנרות, דאַרף מען וויסן, ווי צו מאַכן דעם קנויטל און פון וואָס, אין וואָס פאַר אַ כלי אַריינגיסן די בוימעל, דאָס איז הטבת הנרות7, און דאַמאָלסט איז דאָס אור און דאָס לייכט, סיפורי צדיקים איז די הטבה, קרבנות איז דער ענין פון זבח, זובח יצרו, אתכפיא, כופה זיין זיך.

דער עיקר פון דעם דאַוונען איז דער נאָכן דאַוונען, די ציורים פון נאָכן דאַוונען, אַ חסידישער איד, אַ חסידישער בעה"ב, אַ חסידישער קרעמער, דער נאָכן דאַוונען ווענדעט זיך אין דעם פאָרן דאַוונען, נאָכן דאַוונען איז פאַראַן אַ שולחן ערוך איד, ווי צו אויפשטיין, ווי צו שלאָפן, ווי צו עסן, חינוך פנימי איז ווי צו לעבן.

יו"ד כסלו איז דער זמן הלידה פון אַ חסיד, י"ט כסלו איז דער ברית8.

צווישן יו"ד און י"ט כסלו איז די לידה, די התחלה איז פון יו"ד9, אַ חסידישער פאַרבריינגען איז די לידה פון אַ חסיד10.

איך האָב ניט געקענט דורכלאָזן און ניט זאָגן די תמימים, דאָס וואָרט וואָס איך האָב געהערט פון טאַטן, דער וואָרט זאָל ניט בלייבן אין השכלה והשגה, נאָר עס זאָל זיין עבודה בפועל, טאָן מיט זיך און מיט דעם אַנדערן, אַוועקלייגן אַלץ אָן אַ זייט און טאָן אין עבודה בפועל.

הערות

  1. 6. זח"ג רכד, א. תניא פי"ב (יז, א).
  2. 7. ראה רמב"ן במלחמות יומא רפ"ב. לח"מ הל' תמידין ומוספין פ"ג הי"ב. פיה"מ להרמב"ם תמיד פ"ג.
  3. 8. ראה לקו"ש ח"ג ע' 799 ואילך. אגרות-קודש כ"ק אדמו"ר שליט"א חכ"ב ע' מב ואילך.
  4. 9. ראה שיחת י"ט כסלו שנה זו סי"ז (לקמן ע' 96).
  5. 10. "ויש לומר השייכות, כי לידה הו"ע הגילוי בעולם גם להזולת (ולא כעובר במעי אמו), וזהו גם ענין ההתוועדות — גילוי לרבים". — שיחת ש"פ ויצא, י"א כסלו תשמ"ז (ספר השיחות תשמ"ז ח"א ע' 108 הערה 49). עיי"ש בארוכה.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.