85

זאָגט רש"י, ועשו לי מקדש, ועשו לשמי, בית קדושה, דאָס מיינט אַז בכדי עס זאָל זיין ושכנתי בתוכם, בעדאַרף זיין ועשו לי לשמי בית קדושה.

דער בית קדושה איד, ווערט איינגעטיילט אין דריי טיילן קדשי קדשים, קדש און חול. דער פנימי שבפנימי איז געווען דער קדש הקדשים, וואו עס איז געשטאַנען דער ארון מיט די לוחות, קדש איז געווען דער היכל וואו עס איז געשטאַנען דער שולחן הזהב און די מנורה און דער מזבח הפנימי, און חצר המשכן וואו עס איז געשטאַנען דער מזבח הקרבנות און דער כיור — דער משכן און נאָכדעם דער בית המקדש איז געווען אַרומגענומען מיט אַ גדר, וואָס דאָרט, מהגדר ולפנים, איז געווען דער חצר המשכן און שפּעטער דער חצר בית המקדש.

אז בצלאל און אהליאב האָבן פאַרטיג געמאַכט דעם משכן מיט אַלע כלים, ווי עס איז אויסגערעכענט אין דער תורה בפרטיות, האָט משה רבינו אַליין צוזאַמענגעשטעלט דעם משכן4, אַריינגעשטעלט דעם ארון מיט די לוחות און דעם צנצנת המן אין קדש הקדשים און אויפגעהאָנגען דעם פרוכת, וואָס פון דעם פרוכת ולחוץ, איז געווען דער טייל משכן, און שפּעטער מקדש, וואו עס איז געשטאַנען די מנורה, שולחן און מזבח הזהב, און אין חצר המשכן — שפּעטער אין חצר בית המקדש — איז געשטאַנען דער מזבח הנחשת.

דער מזבח הזהב ווערט אָנגערופען מזבח הפנימי, און דער מזבח הנחשת ווערט אָנגערופען מזבח החיצון, און ביידע מזבחות ווערן אַרומגענומען מיט די קלעים און דעם מסך החצר — און שפּעטער, מיט די כותלי חצר בית המקדש. —

דער תוכן ענין פון אַ כותל איז, וואָס עס טיילט אָפּ דעם לפנים מן הכותל מיט דעם מחוץ לכותל, אַז לפנים מן הפרוכת איז קדש הקדשים, און מחוץ לפרוכת איז קדש, היכל הקדש, און מחוץ להיכל איז חצר המקדש, און דער חצר המקדש איז אויך מסובב מיט אַ גדר, וואָס טיילט אָפּ דעם קדש פון חול, אַז לפנים מן הכותל איז קדש, און מן הכותל ולחוץ, איז חול.

משה רבינו האָט די ערשטע זאַך געמאַכט דעם קדש הקדשים, אַריינגעשטעלט דעם ארון מיט די לוחות און צנצנת המן, און אויפגעהאָנגען דעם פרוכת, אָפּגעזונדערט דעם קדש הקדשים פון קדש, און געמאַכט דעם קדש, אַוועקגעשטעלט דאָרטן דעם שולחן מיטן לחם הפנים, די מנורה און דעם מזבח הזהב, אויפגעהאָנגען דעם מסך, און אַוועקגעשטעלט דעם מזבח הנחשת, און דאַן האָט ער אַוועקגעשטעלט די עמודים און די קלעים, און דאַן האָט מען געוואוסט, אַז פון די קלעי החצר ולפנים, איז שייך צום משכן, און פון קלעי החצר ולחוץ, איז חול.

דאָס איז דער ציור פון משכן, וואָס משה רבינו האָט געמאַכט דעם משכן עפ"י ציווי הוי' דבר דבר על אופנו במדה ובמשקל, און האָט אויפגעשטעלט דעם משכן און מסדר געווען דעם ארון, שולחן, מנורה, מזבח הזהב, און מזבח העולה כיור וכנו אין אַ סדר פון קדימה ואיחור עפ"י ציווי ה'.

דער בנין המשכן, איז געווען דורך משה רבינו, וואָס מדרגת נשמתו און

הערות

  1. 4. ראה פקודי לט, לג ובפרש"י. תנחומא פקודי יא.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.