83

ער איז אַ בעל מדות טובות, נאָר ס'איז ביי אים נישט קיין געהאָרעוועטע. אָבער עם, אאמו"ר נ"ע, קומט אַלץ אַן שווער — מען שטעלט אים נסיונות.

ה. אצל אדמו"ר מהר"ש בש"ק, איז געווען איינער פון די קינדער אאמו"ר נ"ע או הרז"א, צום טיש10 — מער איז דאָס געווען בליל ש"ק, וואָרום שבת ביי טאָג איז מען דאָך פאַרמאַטערט פון דאַוונען, מען דאַרף ניט איילען — און דער דריטער צום מזומן איז געווען בן ציון דער משרת11, והי' מברך על הכוס12,

— (גם כ"ק אדמו"ר שליט"א בירך על הכוס אף שלא היו רק ג', וכן צוה לברך על הכוס גם בסעודת היום) —

אאמו"ר נ"ע האָט געזאָגט אַז דאַמאָלסט איז ביי אונז געווען דער ענין: משם היו שואבים13. ווי אַזוי עס איז ביי דעם ברודער ווייס איך ניט, נאָר ביי מיר איז דאָס געווען משם היו שואבים14.

ו. אצל אאמו"ר נ"ע הי' ענינים שנהג בזה אך בהיותו בליובאַוויטש, ווי די קייליכדיגע היטל15, אין אויסלאַנד ניט. אויך אויף דאַטשע פלעגט ער טראָגען אַ זיידענע היטל16.

שאלה: צי ער פלעגט טראָגען מוצש"ק די זיידענע קאַפּאָטע? תשובה: ער האָט געטראָגען אָבער אַ אַנדערע ניט די פון שבת, וכן במוציו"ט, גם בחוה"מ האָט ער געטראָגן אַ זיידענע קאַפּאָטע.

הערות

  1. 10. ראה ספר השיחות תרפ"חתרצ"א ע' 30.
  2. 11. נזכר באגרות-קודש ח"ג ע' תעה. ח"ד ס"ע רצה ואילך. ח"ו ע' עבעג. ספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 139. תש"ב ע' 87. תש"ג ע' 72 ואילך. תש"ד ע' 121. לקמן ע' 108. ע' 384. ע' 395.
  3. 12. ראה שו"ע אדה"ז או"ח סקפ"ב ס"א. וראה "היום יום" יד כסלו: "מברכין ברכת המזון בכוס של ברכה אף שאין עשרה". וראה גם לקמן ע' 159.
  4. 13. ירושלמי סוכה פ"ה ה"א.
  5. 14. ברשימה אחרת: כאן הי' הדיבור אודות הרבנית.
  6. 15. שטריימל (ספר השיחות שבהערה הבאה).
  7. 16. ראה ספר השיחות תש"ד ע' 140 ואילך.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.