82

האָט עם באַשאַפען. דאָס איז "ונח מצא חן", נח האָט געוואוסט אַז "מצא חן", און פאַרוואָס ער איז "מצא חן"4.

ב. מען דאַרף דאַוונען. דאַוונען מיט השכלה — נו, טראַכטען אַ ענין אינמיטן דאַוונען — נו.

הגם שכל איז מגלה מדות, אָבער שכל קילט אויך אָפּ מדות.

מען דאַרף מאַטערען דעם מוח 2 שעה פאַר דעם דאַוונען, דורך דעם ווערט התעוררות הלב, עס ווערט נתגלה די פּינטל האַרץ, און נאָך מיט אַ ניגון.

ג. אאמו"ר נ"ע והרז"א האָבען געלערנט ביי שלום מקאַדין5, אאמו"ר נ"ע הי' מאריך בתפלה פלעגט ער אָנהויבען פריער דאַוונען. דער מלמד האָט זיך פאַרקלאָגט פאַר אמו הרבנית נ"ע2 אַז נאָכן דאַוונען בלייבט ער אָן כחות, און בשעת לערנען איז דער עיקר רצון זיינער ניט אַזוי אַפן לערנען ווי אויף מקיים זיין וואָס ער לערענט.

הרבנית האָט דאָס דערציילט אדמו"ר מוהר"ש נ"ע, האָט ער געזאָגט: מען וועט זען.

איינמאָל אין אַ וואָכעןטאָג ווען אאמו"ר נ"ע האָט געהאַלטן אין מיטן דאַוונען מיט'ן טלית איבערן קאָפּ און מיט אַ ניגון, האָט אדמו"ר מוהר"ש אויפגעהויבן דעם טלית, זיינען די אויגען געווען ביי אים פאַרגלאַנצט, און פון רוב דביקות האָט אאמו"ר די גאַנצע זאַך ניט מרגיש געווען6.

האָט געזאָגט אדמו"ר מוהר"ש להרבנית: נו, קען מען האָבען אַ האַרץ אים נישט הייסן, ער מצד כיבוד אב וועט ער דאָך פאָלגען, ס'איז דאָך אַ דאָפּעלטער רחמנות: אַ רחמנות ביי אים דאָס אַוועקנעמען, און צווייטענס אַ רחמנות אויפ'ן אויבערשטען צונעמען דעם נחת רוח וואָס מען האָט פון דעם למעלה7. כאשר היתה מספרת זאת להרבי שליט"א אודות זה הסיפור, היו דמעות נוצצות בעיני'.

ד. אדמו"ר מוהר"ש האָט געזאָגט לבן אחיו ר' אברהם קישינעווער8 אויף אאמו"ר נ"ע אַז ער שלאָפט מיט'ן ראַנעץ.

אַ סאָלדאַט טראָגט אַ ראַנעץ, דאָס איז דער ענין פון קבלת עול. און שלאָפען אין ראַנעץ, דאָס איז דער תענוג און חיות אין קבלת עול.

על הרז"א אמר מהר"ש: רז"א איז דער ענין פון רזא9. ער איז אַ בעל סוד, אַז ער אַליין ווייסט ניט אַז ער האָט אַ סוד.

הערות

  1. 4. המשך לזה — ראה השיחה בסעודת היום (לקמן ע' 83 ואילך).
  2. 5. ראה גם שיחת עש"ק פ' שופטים תש"ו (לעיל ס"ע 55 ואילך).
  3. 2. הרבנית הצדקנית מרת רבקה. — ראה אודותה לעיל ע' 14.
  4. 6. ראה גם שיחת יום אחש"פ תש"ח ס"ד. ליל ב' דחה"ס השי"ת (לקמן ע' 221. ע' 367). רשימת היומן ש"פ קדושים תרצ"ה ("רשימות" חוברת קמג ע' 4). "חנוך לנער" ע' 10 הערה 10.
  5. 7. נוסחא אחרת: עס איז דאָך אַ דאָפּעלטער רחמנות: ער מצד כבוד אם וועט ער דאָך אויפהערן — איז איינמאָל אַ רחמנות ביי אים דאָס אַוועקנעמען. און צווייטנס — צונעמען דעם נחת רוח וואָס מען האָט פון דעם למעלה.
  6. 8. הרה"ק וכו' ר' אברהם שניאורסאהן מקישינוב. בן כ"ק אדמו"ר מהרי"נ מנעזשין בן כ"ק אדמו"ר הצמח צדק. חותנו של רבינו. — ראה אודותו — ספר השיחות תר"פתרפ"ז ע' 81 הערה 55. וראה לקמן ע' 132.
  7. 9. ראה גם ספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 113 (הועתק בספר התולדות אדמו"ר מהר"ש (קה"ת, תש"ז. תשנ"ז) ע' 22).

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.