81
משיחת ליל ש"ק נח, בדר"ח מרחשון, תש"ז
א. שבת פ' נח רנ"ג האָט כ"ק אאמו"ר נ"ע פאַרבראַכט — בכלל איז ידוע אַז עס איז געווען שינויים אין די פאַרבריינגעניש, די פריערדיקע יאָרען איז געווען אריכות'דיקע פאַרבריינגען — האָט ער דאַמאָלסט געזאָגט: מען דאַרף לעבען מיט די סדרה פון דער וואָך1.
כ"ק אאמו"ר נ"ע פלעגט יעדען פרייטאָג פאַרנאַכט גיין לאמו הרבנית2 זאָגען אַז עס איז די צייט בענטשען ליכט, און ער פלעגט טרייסלען די קעשענעס. איינמאָל איז געווען פאַרנייט איין קעשענע, האָט ער געזאָגט: גענוג אַז מען ליידט פון די השכלה אין גליא שבתורה און פון השכלה אין פנימיות התורה, דאַרף מען אויך ליידען פון שניידערס השכלות.
ביי יענעם פאַרבריינגען רנ"ג האָט כ"ק אאמו"ר נ"ע געזאָגט: ביי נח שטייט3 "ונח מצא חן בעיני ה'", נח איז געווען ע"ד ווי אַ פרומער מתנגד. אַ מתנגד האָט 2 זייטען אַ רעכטע און אַ לינקע, אין די רעכטע זייט איז ער אַ יר"ש און פון די לינקע זייט איז ער אַ. .., נישט ח"ו אַ. .. בדעות, נאָר ער דערהערט די מעלה פון אויבערשטען ב"ה וואָס ער
הערות
- 1. ראה גם ספר השיחות תש"ב ע' 29 ואילך. הועתק ב"היום יום" ב חשון — משיחת מוצש"ק לך לך תרנ"א.
- 2. הרבנית הצדקנית מרת רבקה. — ראה אודותה לעיל ע' 14.
- 3. בראשית ו, ח.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.