81
עבודת התפלה, אפשר — מען וועט רעדען און רעדן וועגן דעם, ביז מען וועט זיך דעררעדען.
דער טאַטע האָט אַמאָל גערעדט אַ ענין וואָס איז געווען מיוסד אויפ'ן זיידע'נס אַ וואָרט: ווילען וויל מען דאָך, מ'וויל דאָך עבודה, שכל איז אויך דאָ, מדות איז דאָך אַודאַי דאָ ביי יעדען, נאָר וואָס פעלט — דער בפועל ממש. באמת דאָס אויך ניט, נאָר מען דאַרף האָבען די ידיעה אַז עס דאַרף זיין דער פרוטה לפורטה.
באמת איז דאָך דער אויבערשטער אויך אַ ביסעל שולדיג, אַז ער וואָלט געגעבען הרוחה אין גשמיות, פרנסה בריוח, זיין געזונט אַליין און די בני בית, און אַז ער אַליין זאָל וועלען לערנען און דאַוונען, און זיינע קינדער זאָלען וועלען לערנען און דאַוונען, וואָלט דאָך געווען אַנדערש, נאָר עס איז דאָ מניעות ועיכובים, און ער, דער אויבערשטער קען דאָך צונעמען די מניעות ועיכובים, אַזוי ווי אַ פאָטער צו זיין בן יחיד. אידען זיינען דאָך בני יחידים, יעדער איד איז אַ בן יחיד4 וואָרום בשבילו נברא העולם5.
ה. מען האָט געדאַרפט איינ'חזר'ן די אַלטע ניגונים (די נייע זיינען דאָך נאָר אַ טענצל). יעדער ניגון דערמאָנט זכרונות, יעדער ניגון איז מיוסד. יעדער ניגון איז יקר, לבד וואָס זיי דערמאָנען זכרונות, איז יעדער ניגון יקר מצד עצמו און בפרט פאַר די וואָס טוען אין עבודת התפלה.
הערות
- 4. ראה לקו"ש ח"ג ע' 982. כתר שם טוב (קה"ת, תשנ"ט) הוספות סימן קסז. וש"נ.
- 5. משנה סנהדרין לז, א.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
מקורות הגמרא שבעמוד זה נפוצים מדי או ייחודיים לו, ולכן אין לו עמודים מקושרים.