80

יום ש"ק בראשית תש"ז בסעודה

א. דער אַלטער רבי קומענדיק אין ליאָזנע האָט ער מיטגעבראַכט מיט זיך פון מעזריטש דריי זקנים וואָס זיינען נאָך געווען ביי מורנו הבעש"ט.

דער אַלטער רבי האָט געהערט פון די זקנים הנ"ל אַ תורה וואָס זיי האָבן געהערט פון בעש"ט.

דער תוכן פון דער תורה איז וועגן מעלת שבת בראשית1, דיבר בזה מעלת החכמה על כתר און די הפלאה פון כתר וואָס חכמה איז מקבל פון איר. דער אַלטער רבי האָט די תורה מקבל געווען אין נקודות, און ער האָט דאָס שוין גערעדט אין זיינע אותיות — אויף זיין "עברי".

מ'האָט אַמאָל גערעדט אַ משל אויף דעם, ע"ד ווי אַ ראש ישיבה האָט אַ תלמיד אַ גאון וואָס קען אַסאַך בעסער לערנען ווי דער ראש ישיבה, און דער ראש ישיבה ווייס דאָס אַליין אויך, בערימט זיך דער ראש ישיבה: אָט דער איז מיין תלמיד.

ב. דער שבת בראשית אַמאָל אין דער היים איז געווען גאָר אַנדערש, בכלל אין ליובאַוויטש איז דער שבת און יו"ט געווען קענטיג אין מאַרק, אַז אפילו די ציגען האָבען דערפילט דעם שבת, זיי האָבען געזען די מנוחה, און דאָ... נאָר מ'גייט דאָך ניט אַליין, דאָס פירט מען אַרום אויסטאָפּטשען אַלע בלאָטעס פון עוה"ז...

ג. איך וויל זיך אומקערן צו דעם וואָס מ'האָט נעכטן גערעדט2, אַז עיקר החסידות איז עבודת התפלה. דער טאַטע האָט אַמאָל גערעדט אין אַ פאַרבריינגען, אַז די השכלה והבנה פון חסידות איז נאָר צוליב דעם, אַז מען זאָל האָבן מיט וואָס צו דאַוונען. דער לשון פון טאַטן איז געווען: מען האָט אַוועקגעגעבן חסידות צו חסידים, צוליב דעם אַז זיי זאָלען האָבן מיט וואָס צו דאַוונען. וואָרום באמת, פאַרשטיין חסידות פאַרשטייט דאָך קיינער ניט, ווער פאַרשטייט דאָס חסידות? אפילו די וואָס לערנען און טוען אין דעם ווייסן דאָך אויך ניט, וואָרום די קעפּעלעך זיינען דאָך גאָרניט, נאָר דער עיקר איז עבודת התפלה, דאַוונען. מען מאָנט ניט קיין הררים, ניט ווי אַ משכיל וואָס שטעלט זיך אַוועק דאַוונען מיט השכלה און מיינט אַז דערמיט איז ער מחי' אַלע עולמות, ע"ד ווי יענער (כאן פנה להרש"ל שי'3 והזכיר לו את שם האיש שהי' רב כו') וואָס פלעגט זאָגען, אַז ער שטעלט זיך פאַר'ן עמוד דאַוונען איז ער מכוון בתפלתו אין יעדען וואָרט ספירות ומדריגות עליונות ביז א"ק.

מען קען זאָגן: אַ ליכטיגן ג"ע זאָלן האָבען די רביים וואָס זיי האָבען געגעבען די הבנה ווי צו ספראַווען זיך מיט די ענינים פון נה"ב.

ד. דער טאַטע האָט אַמאָל געזאָגט דריי לשונות וועגען עניני החסידות: עס ווערט נשכח, עס ווערט פאַרגרייזט, און עס ווערט פאַרגרעבט. עוד אמר: די משכילים האָבען גענומען חסידות און פאַרביטן אויף אַ מטבע פסולה. ואנן מה נעני אבתרי'.

מען דאַרף ווערען מענטשן, טאָן אין

הערות

  1. 1. ראה גם שיחת י"ד תשרי ה'שי"ת (לקמן ע' 356).
  2. 2. לעיל ע' 77.
  3. 3. ראה אודותו לעיל ע' 9. וש"נ.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.