79

מדרשים — בנימין'ס שטיבעל13 און דער בית המדרש) — דאָרטן איז געשטאַנען יצחק דער שניידער14 און עקיבא דער שוסטער און געזאָגט תהלים, באַ עקיבא דער שוסטער איז געווען אַ הילכיקער קול'כעל, האָט דער טאַטע געזאָגט12: אָט דאָס איז די אמת'ע כוונה15, תכלית הכוונה פון די השכלה וההבנה צוצוקומען להאמירה פשוטה פון עקיבא דעם שוסטער און איצע דעם שניידער'ס תהלים זאָגן, ווייל זייער פשיטות דערלאַנגט אין פשיטות העצמות.

ואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א: ווי גרויס זייער ידיעה איז געווען, ווייס איך ניט; צי זיי האָבען געוואוסט פירוש המלות, בין איך מסופק; אָבער דער תהלים זאָגען זייערער איז געווען מיט אַזאַ מתיקות און געשמאַק אַזוי ווי זיי וואָלטען געגעסען אַ מאכל ערב, און זיי האָבען דערלאַנגט אין פשיטות העצמות.

יא. (איזה זמן כמו עשרים דקות קודם השקיעה הפסיק לאכול ולטעום16. אח"כ אמר:) יעצט דאַרף מען דאָך זינגען ווייל טרינקען טאָר מען דאָך ניט17.

יב. דעם שבת בראשית דאַרף מען זיין פריילעך אַ גאַנצן שבת, פאַרבריינגען אַ סאַך און זייך פריילעך.

וועגען משקה — איז אַמאָליקע חסידים פלעגן נישט טרינקען18. בכלל די עבודה און די התלהבות וואָס קומט פון דעם איז אַ "אש זרה"19. דאַרפן דאַרף מען וועלן דעם אש פון קדש הקדשים אָבער דערצו זיינען דאָך ניט אַלע שייכות, אָבער עכ"פ דעם אש פון אַ קרבן, נישט קיין "אש זרה"20.

יג. ברך אַז השי"ת זאָל ממלא זיין כל משאלותינו לטובה און השי"ת זאָל געבן אַז מען זאָל וויסען און פאַרשטיין וואָס צו בעטן, און עס זאָל זיין אַ שנה טובה ומתוקה בגשמיות וברוחניות.

הערות

  1. 13. ראה ספר הזכרונות ח"א פ"א.
  2. 14. נוסחא אחרת: יצחק דער שמידט.
  3. 12. ראה גם שיחת י"ב תמוז תש"ח סכ"ט (לקמן ע' 248).
  4. 15. נוסחא אחרת: עקיבא דער שוסטער און יצחק דער שמידט האָבען געזאָגט תהלים מיט גרויס התלהבות. האָט דער טאַטע צו מיר געזאָגט: אָ דאָס איז אַ חסיד.
  5. 16. הקביעות דשמח"ת בשנה זו (תש"ז) היתה ביום ועש"ק.
  6. 17. קודם הקידוש — ראה שו"ע אדה"ז או"ח סרע"א ס"ט ואילך. וראה גם ספר השיחות תש"ד ע' 39 ואילך.
  7. 18. ראה גם לעיל ע' 54.
  8. 19. ראה גם ספר השיחות תרפ"חתרצ"א ע' 184. וש"נ. לקמן ע' 374. וראה שיחות: ש"פ שמיני תשכ"ג. י"ב תמוז תשכ"ה. ש"פ נח תשכ"ז. יום ב' דחג השבועות תשכ"ח. ש"פ נשא תשכ"ח. זאת חנוכה תשל"ט. ט"ו בשבט תשל"ט. ש"פ דברים תש"מ. ש"פ שמיני תשמ"א. י"ב טבת תשמ"ז. י"ב תמוז תשמ"ז. י"א ניסן תשמ"ח. ש"פ חוקת תנש"א. אגרות-קודש כ"ק אדמו"ר שליט"א ח"ז ע' נח. חט"ז ע' פב. חכ"ב ע' שנט. ועוד.
  9. 20. נוסחא אחרת: שבת בראשית גייט אויך ניט צופוס. מ'דאַרף פאַרבריינגען אַ גאַנצן מעת לעת בשמחה. אַמאָליקע חסידים וואָס זיי האָבען געוואוסט ווי דער ענין איז לאמתתו האָבען גערופען משקה "אש זרה". באמת דאַרף דאך זיין דאָס פייער פון קדש הקדשים, נאר ניט אַלע קענען דערגרייכן דערצו, איז עכ"פ דארף דאָס פייער ניט זיין קיין "אש זרה".

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.