78
הוראה אויף די אהבה עצמיות שבישראל.
ז. איך וויל זאָגן אַ וואָרט פון טאַטן שיש ע"ז הרבה ביאורים בכתב, און איצטער וויל איך נאָר זאָגן איין וואָרט פון דעם.
מיר זאָגן: "בין קדושת שבת לקדושת יו"ט הבדלת", וואָס אַזוי פאַרשטייען מיר ניט ווי אַזוי קען זיין אַ חילוק בין קדושת שבת לקדושת יו"ט, נאָר דער "הבדלת" וואָס דו עצמות האסט מגלה געווען די "הבדלה", דאָס גיט שוין אַ אָרט אַז מ'זאָל קענען זאָגען אין דעם ביאורים עס זאָל זיין אַ לייג אין שכל אויף דעם קדושת שבת לקדושת יו"ט הבדלת.
ח. אין אַ פאַרבריינגען וואָס איז ניט נתפרסם געוואָרען האָט דער טאַטע אַמאָל געזאָגט: אויף לימוד הנגלה האָט דער ניט גוטער8 שוין לאַנג מסכים געווען, ווייל דאָ האָט ער אַן אָרט, נאָר אויף לימוד החסידות, דאָ האָט ער ניט געהאַט קיין אָרט. — אַמאָל איז געווען, אַז אַ איד האָט גענומען אַ לקוטי תורה אָדער אַזוי אַ חסידישן ספר, איז דאָס געווען אַ זאַך מלמעלה, ווייל "ער"8 האָט דאָרטן קיין אָרט ניט געהאַט, ער איז אַנטלאָפן אַזוי ווי פון וויירויך. שפּעטער האָט ער שוין מסכים געווען אויף דעם אויך, לאָזט ער אים שוין אַליין, ווייל ער האָט שוין דאָרטן אויך אַן אָרט, נאָר אין עבודת התפלה דאָרט האָט ער קיין אָרט ניט9.
אויף די וואָס לערנען חסידות נאָר אויף השכלה, און זיינען זיך ניט עוסק אין עבודת התפלה — האָט ער גערעדט זייער שאַרפע ווערטער, עס איז פאַראַן אַ אויסשפּראַך "עס זאָל פאַלען אויף פּוסטע וועלדער", איך וויל עס דאָ איצטער ניט איבער ריידען. מען קען דאָס ניט זאָגען נאָר אַז מען האַלט דערביי, און מען דאַרף זאָגן מעומק ופנימיות הנפש און מיט אַ טיפן הרגש פון רחמנות וואָס מען פילט דעם רחמנות אויף די וועלכע זיינען זיך ניט עוסק אין עבודת התפלה.
ט. מען דאַרף ווערען חסידים, מען דאַרף אָנפאַנגען פון אל"ף, עס איז שוין צייט מ'זאָל ווערן מענטשן.
י. רנ"ה בעת הפאַרבריינגען האָט דער טאַטע גערעדט דאַן די מעלה פון אַ פשוט'ן אידן: דער בעש"ט האָט אַראָפּגעטראָגן די מעלה פון אַ איש פשוט, דורך מס"נ ואמונה פשוטה. דער אַלטער רבי האָט דאָס אַראָפּגעטראָגן אין הבנה והשגה, אַז דורך הבנה והשגה זאָל מען צוקומען צו מעלת הפשיטות פון אַ איש פשוט10.
סיפר: דער טאַטע האָט אַמאָל פאַרבראַכט שמחת בית השואבה זייער אַ סאַך די גאַנצע נאַכט11. פאַרטאָג זיינען אַלע געגאַנגען אין וואַסער, איז מען פאַרבייגעגאָנגען דעם ביהמ"ד — שהי' על הדרך להמקוה (כידוע12 אַז די מקוה איז געווען אין ליובאַוויטש צווישן ביידע בתי
הערות
- 8. היצה"ר.
- 9. נוסחא אחרת: און שפּעטער ווען מ'לערנט חסידות נאר אויף השכלה, דאָ האָט ער שוין אויך אַ אָרט. און די עצה לזה איז עבודת התפלה.
- 10. נוסחא אחרת: עס איז ידוע שיטת הבעש"ט ששיבח מאד מעלת האנשים פשוטים, און דער אַלטער רבי האָט אויפגעטאָן אין דעם אז דורך עבודה און השכלה והשגה זאָל מען צוקומען צו די תמימות פון אַ איש פשוט.
- 11. נוסחא אחרת: פ"א בליובאַוויטש הי' הקביעות של שמח"ת כמו השתא, האָט דער טאַטע פרייטאָג נאַכט פאַרבראַכט אַ גאַנצע נאַכט.
- 12. ראה גם שיחת י"ב תמוז תש"ח סכ"ט (לקמן ע' 248).
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.