ספרי כ"ק אדמו"ר מוהריי"צ נ"עספר השיחותתש"ו-ה'שי"תספר השיחות — תש"זיום שמח"ת תש"ז בעת הסעודה77

77

נעימות יתירה למעלה פון אַ אידען וואָס איז זיך עוסק אין עבודת התפלה. וועגען מדות רעות איז דאָך אָפּגערעדט, אפילו מדות טובות דאַרף דאָך אַזוי זיין — ווי עפ"י תורה, אָבער דער עיקר איז עבודת התפלה.

עס איז פאַראַן אַ תהלים איד, אָדער אַ בןתורה איד וואָס לערענט גמרא בעיון, אָבער עס קומט ניט צו אַ חסידישען אידען וואָס דאַווענט באריכות3.

דער חסיד וואָס ער רעדט זיך איין אַז ער איז אַ משכיל — ער פאַרשטייט חסידות — און טוט ניט אין עבודת התפלה, זאָג איך אים ברור, אַז ער ווייסט ניט דעם אל"ףבי"ת פון חסידות.

די צייט איז קורץ, אַרבעט איז דאָ אַ סאַך והפועלים עצלים4. איצטער איז די צייט וואָס מען דאַרף נעמען אויף זיך, און אַז מען נעמט אויף זיך יעצט, קומט אָן גרינגער דאָס דורכצופירען.

דער עיקר איז עבודת התפלה, מען דאַרף ווערען אַ דאַוונער, אַ חסיד איז דער וואָס דאַווענט.

דער אל"ףבי"ת פון חסידות איז עבודת התפלה און בירור המדות. לא מיבעי אַז די מדות לא טובות דאַרף מען מרחיק זיין, נאָר אויך די מדות טובות דאַרפען זיין אויסגעאַרבעט, זיי זאָלען זיין מיט אַ געשמאַק.

דורך דאַוונען קען מען פאַרשטיין חסידות, אָבער בלא עבודת התפלה איז די השגה קיין השגה ניט.

עבודת התפלה דאַרף זיין בדרך הקרבת הקרבן, וואָס בהקרבת הקרבן איז פאַראַן קירוב הכחות5 און בדרך הפלאה.

ג. אמר כמ"פ: היינט דאַרף מען אָדער זינגען אָדער טרינקען יי"ש6. וציוה איזה פעמים לנגן וגם איזה פעמים לקחת יי"ש.

ד. אַמאָליגע חסידים פלעגען טאָן אין עבודת התפלה מיט אַ סדר. זיי פלעגען מאַכען אַ "קנייטש" וואו זיי האַלטען, זיי זאָלען וויסען מאָרגען וואו ווייטער אָנצופאַנגען7.

ה. אמר: לחיים, דער אויבערשטער זאָל געבען אַ שנת חיים, אַ שנת עבודה, מען זאָל קענען טאָן אין עבודה. דער אויבערשטער זאָל יעדען מיט זיין בני בית געבען וואָס ער דאַרף בבני חיי ומזונא רויחא. דער אויבערשטער זאָל ממלא זיין יעדן כל משאלות לבו לטובה ולברכה. און דער אויבערשטער זאָל געבן דעת מ'זאָל וויסן און פאַרשטיין וואָס צו בעטן.

ו. צוה לאמר לחיים, ואמר: מען קען זיך ניט משער זיין דעם גרויסן קורת רוח וואָס מען האָט למעלה ווען אידען טרינקען משקה און ווינשען זיך לחיים און איינער בענטשט דעם צווייטן; ניט רעכענדיג זיך צי דער צווייטער איז אַ למדן אַ גאון אַ איש פשוט, אויך ניט רעכענדיג זיך וואָס פאַר מדות יענער האָט, ומ"מ ווינשען זיי זיך מתוך פנימיות נקודת הלב וואָס דאָס איז אַ

הערות

  1. 3. נוסחא אחרת: עס איז דאָ אַ עין יעקב איד, אַ גמרא לערנער, זיי זענען אויך חסידים, אבער דער עיקר חסיד איז עבודת התפלה.
  2. 4. אבות פ"ב מט"ו.
  3. 5. ראה ספר הבהיר סימן מו (קט). רקאנטי בראשית ד, ג. בחיי ויקרא א, ט. סה"מ ה'שי"ת ע' 113.
  4. 6. ראה גם שיחת פורים ס"ג שנה זו (לקמן ע' 100).
  5. 7. ראה שיחת ליל שמח"ת קודם הקפות שנה זו (לעיל ס"ע 75). וש"נ.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.